Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

עני K יוניט עוועליבל? פידיעטריק טראמא!

דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 12:14 pm

* דער קעפל פונעם אשכול ווערט כסדר געטוישט ווילאנג עס וועט טעכנישט ערלויבט ווערן * דער אינהאלט פונעם אשכול מוז נישט - אבער איז נישט אויסגעשלאסן - צו האבן א דירעקטן שייכות צום קעפל פון דעם אשכול * דאס אויבנדערמאנטע קעפל טויש איז נישט קיין שום התחייבות פון די גרויזאמער ביורא צו קיינעם, אריינגערעכנט, אומבאגרעניצט, צו אירע מעמבערס * די פעריאד פון איין קעפל טויש צום צווייטן, ווי אויך די אינהאלט פונעם קעפל, איז געוואנדן אין פארשידענע פאקטארן, אריינגערעכנט גיסטע, פאבריקאציע, פראדאקטיוויטעט און קריעטיוויטעט * די אינהאלט פונעם קעפל מוז נישט טראגן קיין דירעקטן פאראלעל צו ספעציפישע קאטעגאריעס, איינגעלעגנהייטן, פארומען און מוסטערס, צו קרייזן, שיכטן און אפשטאמיגע, נישט אויפן ערד קוגל און נישט אויף קיין ברואים, אויב פארהאן, אויף קיין שום אנדערע פלאנעט * פונדעסוועגן וועלן מיר פראבירן זיך צו האלטן אנשטענדיג און קלאסיש, פארמאל און ענטואזיסטיש, געשמאק און באמבאדיסטיש * דער מעלדונג אונטער די דאזיגע מעלדונג וועלכע מעלדט ווען דער מעלדונג איז לעצטע מאל פארראכטן געווארן ווערט נישט ארויפגעלייגט דורך אונז, עס איז בלויז א טעכנישע, אויטאמאטישע און אומקאנטראלירטע געשעהניש וועלכע פאסירט ווען מיר באפאסן זיך מיט די אינהאלט פון דער מעלדונג, אויסגעשלאסן דאס ערשטע מאל וואס מיר שרייבן די מעלדונג * אויך זאגט דאס נישט צו מיר האבן געטוישט די קעפל אדער די אינהאלט פונעם אשכול, וועלכער רעזולטאטירט א גענצליכע אפשאקלונג פון אונזער זייט צו דעם דערמאנטן מעלדונג * ווי אויך איז דער זייגער פונעם מעלדונג, און מעגליך אויך די צאל וויפיל מאל דער מעלדונג איז שוין פארראכטן, אוממארלאיש, אומקאנסטיטוציאנעל, געשאסן, פאבריצירט און ארויסגעזויגן * די קוקענישן פונעם אשכול וואס ווערט אויטאמטיש צום-דאטומירט זאגט נישט ווער עס שטייט אונטער דעם, און עס איז נישט אויסגעשלאסן אז עס פאסירט דורך קוועלער וועלכע איר וואלט זיך אין געווענליכע אומשטענדן נישט אידענטיפיצירט מיט זיי, גייסטיש, פיזיש און מאראליש * מיר מעגן, דארפן און קענען כסדר צולייגן פרישע תנאים * די גאנצע פאראנטווארטליכקייט פאר סיי וועלכע שאדן, באמערקט צו אומבאמערקט, איז בלויז אויפן ליינער * בלויז פאר אינטערנעל באנוץ * רעסטריקציעס אפעלירן

לעצט פאראכטן דורך גרויזאמער אום מיטוואך אוגוסט 03, 2011 1:29 pm, פאראכטן געווארן 10 מאל בסך הכל.

Advertisement

דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 12:15 pm

מען קען אפשר שרייבן גרעסער?

דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 1:23 pm

פאליסיס קומען אין קליינע אותיות, אזוי קענען די קאמפאניס באשווינדלן די קונדן

דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 1:31 pm

א משנה ברורה פונעם חת''ם סופר צו פארקויפן, מען באקומט פאר פרי א סמארט קאר מיט א פארגרעסערינג גלאז אזוי אז מ'זאל נישט אויסקוקן ווי א פיצי מענטשעלע.
גרויזאמער די גיי ווייטער אן אונז וועל מיר טרייען צו שפינען די קעפלעך אזוי למען ידעו, ווי ווייט מ'קען ח''ו פארפארן פון ליידיגגיין

דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 1:31 pm

ביטע לייגן די אלטע קעפלעך לזכרון עולם. אויב איך פארפאס ח"ו איינס

דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 1:40 pm

איך כאפ נישט וואס גייט דא פאר. :x

דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 1:51 pm

bailout האט געשריבן:א משנה ברורה פונעם חת''ם סופר צו פארקויפן, מען באקומט פאר פרי א סמארט קאר וואס האט אויף די בעק ווינדאו א בילד פון וויכי, מיט א פארגרעסערינג גלאז אזוי אז מ'זאל נישט אויסקוקן ווי א פיצי מענטשעלע.
גרויזאמער די גיי ווייטער אן אונז וועל מיר טרייען צו שפינען די קעפלעך אזוי למען ידעו, ווי ווייט מ'קען ח''ו פארפארן פון ליידיגגיין

דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 2:04 pm

גרויזי, איך קוק שטרענג..

דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 2:27 pm

חאחחאחאח, וויכי, דיין גלעזער ווערט אינגאנצן פארקרומט ווען דו קוקסט שטרענג, איבערהויפט ווען נאר דיין רעכטע אויגן ברעמען איז אראפגעמאכט, וועם טוסטו אפ? האלט גראד דיין אויגן און קראץ דיך נישט דיין בארד, דיין שיך איז שוין אויך אויסגעריבן, וויכי, סטאפ!

דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 8:10 pm

פארוואס פאררעכסטו אלעס מיט דיין גרויזאמער ניק? פאררעכט אמאל עפעס מיט א אנדערע ניק אויך...

דאנערשטאג אוקטובר 01, 2009 10:54 pm

איך פארשטיי גרויזי, האסט מיך יעצט געוואלט גוט צונאר לייגן, נא נא. כאמעך ניש געלאזט. :twisted:

פרייטאג אוקטובר 02, 2009 9:26 am

גרויזי, אזאנס משוגע צו ווערן פון בויען א סוכה איז ממש א חידוש!

אבער דאס איז מעכטיג גוט! ממש אזוי דרייען זיי אונז ווי הינער ווען מיר גייען אריין אין געשעפטן מיט די פראפעסינאלע פירמע'ס.

פרייטאג אוקטובר 02, 2009 10:01 am

שרעקליך! קודם טוישט ער ניקס, יעצט קעפליך, ווער ווייסט וואס קומט נאכדעם?!! דזשאבס?

פרייטאג אוקטובר 02, 2009 10:10 am

חאחאחאחאחאחאחאחאחאחאחאחאחאחאחא וכו'

פרייטאג אוקטובר 02, 2009 10:11 am

כאב א פיעלינג אז מארגן גייט עכט זיין פורים, נישט סוכות!!! וואס ווילסטו פון אונז, דו מיינסט אז אונזער קאפ איז נישט גענוג צודרייט?

מיטוואך אוקטובר 07, 2009 7:24 pm

זיינע איידיעס לויפן נישט אויס, ב"ה.

שבת מרץ 20, 2010 10:19 pm

גרויזי, מעגסט שוין אפדעיטן אביסל דעם דאך פונעם אשכול. האבט א סטעיטמענט, א באמבאסטישן? שליידער אהער.

איך גיי מיר אביסל אויסרוען.

מיטוואך אוגוסט 03, 2011 1:30 pm

שמערי בערי האט געשריבן:גרויזי, מעגסט שוין אפדעיטן אביסל דעם דאך פונעם אשכול. האבט א סטעיטמענט, א באמבאסטישן? שליידער אהער.

איך גיי מיר אביסל אויסרוען.


די חברה אפדעיטן יעצט די חובות דאך פונעם קרעטשמע. לכאורה וועט די אפדעיט דא מיטגיין.

מיטוואך אוגוסט 03, 2011 3:44 pm

אריין אין גרויזיליעקס פארום

דינסטאג נובמבר 20, 2012 11:57 am

שוין צייט פאר א טויש אין די פאליסיס

דינסטאג נובמבר 20, 2012 1:11 pm

וואס מאכסטו אזוינע יעלות דא?

דאנערשטאג נובמבר 22, 2012 8:10 pm

בייגעפאלן.

YELL און יעלות. המממ.. אריין אין שפראך פארום.

פרייטאג נובמבר 23, 2012 11:33 am

גאנץ א זיסער צוזאמשטעל, ערגעץ דא האט איינער געשריבן אז יעלות שטאמט פון די פיוט יעלה פון יום כיפור ביינאכט וואס דארט זינגט מען א ניגון וואס ביי יעדע פאל ווערט די טאן העכער און העכער.

פרייטאג נובמבר 23, 2012 1:33 pm

נו, עס קען ביידע קומען פונ זעלבן שורש.

מאנטאג נובמבר 26, 2012 1:43 pm

און דא מיינט אויך ארויפברענגן אשכולות, כפשוטו...
שרייב א תגובה

Advertisement