בלאט 1 פון 2
!!!!!!!!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 10:12 am
דורך איזאק
די אשכול איז נאר פאר מיר און נאר פאר היינט, ווייל איך וויל היינט קוויטשענען און שרייען, איך בין גערעגט, באבלאזן, פאריקט, פארכראפעט, באדאסט, פרקרעפעלט און באקוגעלט, איך זאג קלאר!!! וואגטס נישט אריינצוקומען דא אהער ווייל ס'איז אין גדר פון מאבד עצמו לדעת.
איך ווייס נישט וואס, אבער יאגטס אוועק פון מיר ווי שנעלער ווייל די נערוועזיטעט איז אויפן העכסטן שטאפל, צייטליך ווי איז די קוגל הא ??? איך פארלאנג א טאטאלע שטילקייט פאר 3 טעג, איך וועל נישט האקן אויפן טיש נאכאמאל, אבער די פיאות מאכטס זיך מיר נישט, פשוט און פראסט איך שריי גענוג געווען !!!!! ווי איז מיין קאווע.
שרעקליך, וואס גייט דא פאר היינט ????? איינער האט א באשיידונג ???
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 10:15 am
דורך וויכטיג מאכער
אוי באשעפער, ווי בין איך?..
ס'גייט דא פאר מיט דעם איזאק?.. אזא מאאד? שוין לאנג נישט געזעהן..
אבער ב"ה, ווען איזאק איז אנגעצויגן, מאכטער אונז אלע שמייכלען..
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 10:16 am
דורך יא יא
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אבער ב"ה, ווען איזאק איז אנגעצויגן, מאכטער אונז אלע שמייכלען..
נישט לאכן פון יענעם'ס צרות.
צרות איזאק נחמה שלימה!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 10:30 am
דורך גרויזאמער
ביי מיר איז אזא מצב ווי א ריפסטעיק, יוי איז דאס גוט!
איזאק קום אהער, ווא טוט זיך? איך האב א פליג געכאפט אין א קאפ, געאייגנט פאר אט אזא מצב, דער פליג קריכט ארויף אויף די אויער, און ווען דו פארשיקסט עס פליט עס צום צווייטן אויער, און ער זזזז'ט אז אויב האסטו געמיינט אז דו האסט נישט קיין נערווען, וועסטו געוואר ווערן אז קיין קאפ האסטו אויך נישט, אין איין רגע נעם איך אראפ דעם טעלער פונעם גלעזאלע, און עס הייבט אן!
יור גייס אר רעדי???!!!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 10:31 am
דורך צייטליך
איזאק, ס'איז מיר א גרויסע שמחה דיך צו זעהן דא צוריק. און נאכדערצו אין אזא פרייליכע גוסטע.
איך וועל דיר זאגן דעם אמת, ווען נישט איך ווייס אז גרויזאמער גנב'ט ניקס וואלט איך געמיינט אז דא רעדט באמת איזאק, די מאכטסט אום גוט נאך! אייזן!
איזאק, אז מ'רעדט שוין יא, וויזוי איז דורך נעכטן די פארבארדענטע איבל-מעסטער? יענקל האט מיר געזאגט אז די ביסט אויף געווען א האלבער נאכט בלויז דורצוליינען די אינסרוקציעס.
--
גרויזי האקט אריין.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 10:44 am
דורך יענטאאש
איזאק,
אין נארמאלע אומשטענדן וואלט מיך בכלל נישט אנגעגאנגען דיין גיסטע. פון מיין זייט זאלן דיך פערציג פליגן נאכלויפן אינמיטן עסן א קאלט געווארענע אייער שפייז סענדוויטש אויף א האלוויט ראלל וואס דו האסט באקומען בטעות, זיצנדיג אין די קאר מיט א אויסגעגאסענע קאווע אויף דיין זיץ, בעת די ווארטסט ביי די טאלל בודקע ווען דיין פראנט פענסטער עפנט זיך נישט און א רייע קארס ווארטן פון אונטן, און מיכאלס נייע סידי איז פונקט צעקריצט און ארבייט אויף וואליום 40 און די וואליום קאנטראל איז דיר פונקט אראפגעפאלן, און דו דארפסט פונקט משוגע שטארק היסן אבער דיין מויל איז פול מיט די אויבנדערמאנטע סענדוויטש, און דיין טעלאפן דריזלט און דו זעסט אז דיין ווייב קאלט יעצט אריין און דו דערמאנסט דיך אז דו האסט פארגעסן צו גיין אין גראסערי פאר איר משוגע וויכטיג פאר דו ביסט ארויסגעפארן, און יעצט כאפסטעך אז דו האסט נישט קיין געלט פאר די טאלל...
...עס וואלט מיך כלל נישט אינטערעסירט, קיין כי הוא זה, הו קעירס, שריי, שעלט, איי דאונט גיוו עי דעעם.... די פראבלעם איז נאר אז דער רשע גרויזאמער האט מיך היינט אריינגעשטעלט אין דיין צעל פונקט, איך ווייס נישט פארוואס ער האט עס געטון, איך פלעג זיצן מיט מאשקע ביז היינט און עס איז מיר זייער גוט געווען, עפעס זייט פאריגע וואך האט ער זיך אויף מיר אנגעלייגט. עפעס האט וויכי געזאגט פאריגע וואך ווען ער האט מיר געברענגט קאלטע טשולענט פאר פרישטאג זונטאג צופרי אז איינער האט ארויסגע'גנב'עט מיין ניק פון גרויזאמערס הויזן אין די מקוה, קען זיין אז דאס איז עס.
אבער סטאפ צו שרייען יעצט ווייל אז נישט רוף איך דעם אלטן 'פענסטער' מיטן קאנטשיק!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 11:04 am
דורך שמערי בערי
איינס, צוויי, דריי, פיר, פינעף, זעקס, זיבען, אכט, ניין, צען...
איך בין א גוטע גיסטע היינט, הא? אז כ'האב געהאט נערוון אפצוציילן וויפיל עקסקלעמעישן מארקס דו האסט געמאכט...
אחראי: איך_הער (גארנישט, קוק אויפן קעפל)
אמאל ווען מ'פלעגט אויסטון די שוויציגע וועש, האט מען געמוזט אנקומען ביז'ן לאָנדרי זאַק, און עס אריינווארפן.
היינט מיט די נייע טעכנאלאגיע, ווי די אינטער-נעט האט איבער גענומען דאס מענטשהייט. דארף מען שוין נישט קריכן ביז'ן זאק. מ'גיין זיך אויסלופטערן דאס פארשוויצטע טאג ביים E-זאק. אך, די טעכנאלאגיע, געבענטשט זאל זי זיין....
זאקי, אפשר קענסטו מיר אויך אהער שיקן א פליגעלע, הא? זזזזז, (סארי, אויפן סדר הא"ב איז ז' נעבן ח', און ס'האצעך אויסגעמישט....) טענקס, העוו ע נייס זזזזזזזזזזזזזזדעי
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 11:19 am
דורך שוועמל
אוי איזאק, המקום ימלא נרבונך.
יענטאאש, יו מעיד מיי דעי..
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 11:24 am
דורך צום זאך
די בני מים דרוקן מיר שוין פון לאכן פון יעדעם'ס צרות.. איינער מיט א מצה שטריימל, איינער מיט געגנבטע קוגעל, און דא מיט איזאקס קאווע..
אבער יענטאש, דיר וועל איך שוין לעגאל אנקלאגן! די ווייסט וואס האסט געטוהן צו מיר? כ'ליין דיין תגובה, האלטענדיג א גלעזל קאווע אין די צווייטע האנט, לכה"פ 3 מענטשן זענען באגאסען געווארן פון מיר... מ'האט מיר געוואלט ארויספירן פון ס'מעדריש..
איזאק, נאט נייס, נאר ווען די ביסט אין אזא גיסטע לאזט דיך הערן? קום צוריק ווען אלעס קלאפט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 11:26 am
דורך יוסלמאן
איזאק איר דארפט א קאפי? לאז אפ, ס'איז יעצט די טעג וואס מ'דארף זיך שטארק בייזערן, וואו ס'שטייט קלאר אין א אנדערע פלאץ וכל המרבה בבייזער'כט'ס הרי זה משובח, כ'א'מורא אז איר זאגט עס וועגן יהורא רח"ל.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 12:35 pm
דורך DONE
שמערי בערי האט געשריבן:
היינט מיט די נייע טעכנאלאגיע, ווי די אינטער-נעט האט איבער גענומען דאס מענטשהייט. דארף מען שוין נישט קריכן ביז'ן זאק. מ'גיין זיך אויסלופטערן דאס פארשוויצטע טאג ביים E-זאק. אך, די טעכנאלאגיע, געבענטשט זאל זי זיין....
וואס פאלט דיך נישט ביי
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 12:48 pm
דורך איזאק
א געמיש פון פארקלעבטע אויגן און אומגעזאלצענע טאט פעיסט גייט נישט אראפ פון מיינע פארצווייפעלטע געהירן, זאל אלעס גיין כאדאראם !!! ווי אזוי גיי איך היינט אהיים ? אויב טרעף איך איין איבערגעלאזטע יו"כ מחזור אין מיין ביהמ"ד וועט דאס זיין די מכה בפטיש, איך הער נישט אויף צו קראצן מיין קאפ !!! פארוואס האב איך היינט געמוזט אויפשטיין א קוואדער נאך פיר ???? הא ?? טרעף איך דא 3 צוגעדעקטע איבערגעבליבענע קאווע קאפס, מיט מיין היינטיגע ווערט עס פיר, האב איך אריינגעזיפט בטעות פון איינס וואס איז דריי וואכן אלט און האט נאך געזען דעם ערשטן טאג סליחות !!! וועעעך.
ווי קען מען זיך זעצן פאר א שווארץ קיוקאמבער, איך פארלאנג א ריקאל !! אראפ מיט אלע פאפירן פין טיש !! איך האב נישט קיין איבעריגע שיך בענדל ??? קען מען דאס דערליידן ? פארוואס צוברעכט זיך נישט די טיש, וואס וועט דא זיין ?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 1:35 pm
דורך וואס
איינער זאל רופן הצלה.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 1:37 pm
דורך שמערי בערי
נובאדע ברויך מען הצלה... ארויף צו ברענגען איזאק'ס באליבטע "פייער-וואסער" אשכול, עמערדשענסי....
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 3:14 pm
דורך צייטליך
איזאק! האללאו, ווי ביסטע?
כ'האב א שיך בענדל און א יו"כ מחזור פאר דיר. ווי לייגעכעס? א קאווע האב איך, אבער נאר אנע ציקער, כ'גלייב אז ס'איז נישט אינטערסאנט פאר דיר.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 3:53 pm
דורך מיללער
איזאק,
ווי האלט איך דאס מיט דיר? כ'האב דיך איבערגעלזאט א האלב נארמאלער רוסישער בירגער און היצט טרעף איך דיר צווישען 10 עקס-קלאמעישאן צייכענעס, איז דאס פארשטענדליך? צו בארשט ברויך מען נישט קיין קארטאפל, פלעג ר' קוועליע זאגען נאך די מקוה.
אז היינט איז סאכדעס הרבנים ארויסגעקומען אז דער לוח איז בטעות געווען פארדרייעט און קומענדיגע זונטאג שטייט מען ווידער אויף צו סליחות איז נאך אראפצושלינגען, אבער דאס איז מיין אתרוג גייט אלט ווערן ביי מיר אין שטוב גאנצע פיר וואכען נאך איידער דעם ערשטן שאקל דאס איז שוין עפעס אויף וואס איזאק וואלט געשריגען 'צאפכעם'.
איי מיען איטס רעדיקעלעס!
וואט?
רעדיקעלעס איז נאט די ווארד!
סאו וואט איז די ווארד?
בענענעס!
קעי, טען פאור, עי באס פליז טו היימישע פארברענגען פאור-טוויטער, די וויקטים סאונדס העווילי דעמעזשד פראם די 'ימים נוראים סינדראם' טיילענאול איז נאט ען אפשען עני מאור ווי ניעד WDפערציג און ווינדעקס פליז קאוד וואן.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 4:01 pm
דורך שמערי בערי
מיללער, איך פּלאָנדש מיך פאר געלעכטער...
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 6:58 pm
דורך גרויזאמער
לא"ל
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 8:17 pm
דורך קרעמער
דער צאפ גרויזאמער, ער דרייט אן איזזזזאק ווי א טערק ביז ער שוימט פאר כעס און שימפט אויף וואס די קאווע פליסט, און ניטאמאל א תגובה פארגינט ער אים, מיינט ער וועט אפקומען מיט דעם אויסגעדראשענעם "לא"ל" וואס מען האט אויסגעזינגען ביי די ערשטע חתונה פון עשו'ס יונגערע/עלטערע ברודער.
קוקנדיג אויפן זייגער כאפ איך מיך וואס די שטילקייט דא איז. דער איזאק איז דאך אויפגעשטאנען דריי-פערטל פינעף (קוואדער נאך פיר אויפן אמעריקאנעם זייגער), גלייב איך אז יעצט (10:20 אין בעד-סטיי) שלאפט ער א שינת הדוב און חמת הלמך ש-קוקו בארוהיגט זיך אביסל.
לאמיר האפן אז מארגן וועט ער כאטש געדענקן די אורזאכן וואס האבן צוגעברענגט דעם היינטיגן אויספלאץ, כדי אנדערע זאלן זיך קענען באהיטן דערפון אין די צוקונפט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 9:02 pm
דורך געלעגער
איזאק דיין גיסטע איז וואויל באקאנט,
מ'שפירט וואו אלעס איז די שונא נומבער איינס, צו האבען די ספייס, איז נאר גוט צו באגעגענען א האר און די סענדוויטש, אדער א קנאק פון א גוטן פריינט בשעת דיין קאווע איז פיל ביזן טאפ...
אהא...
דאס איז עקזעקטלי וואס מ'קען ניצען צי ספייסן די טאג.
אזא טאג איז ווערט נישט צו באשריבן ווערען און די ביכער.
איזאק, יו אר סוויט,
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 9:11 pm
דורך שוועמל
איך מיין ס'יז די וועטער אויכעט, די קאלטע ווינט אינדרויסן מיט די ווארימע לופט אינעווייניג אין ביהמ"ד, צי די הייסע געקעכטץ אינדערהיים אויף יום טוב. ס'מאכט אזא מישמאש, יא עירקאנדישאן נישט עריקאנדישאן, אקעי אינדרויסן נישט אבער אינעווייניג יא.. אבער ס'יז דאך קאלט אינדרויסן?? פארוואס צינדט זיך נישט אן די סטים?
אבער אינעווייניג איז דאך ווארים?
צינד אן די עירקאנדישאן.
ס'יז דאך קאלט אינדרויסן?
טו אן א סוועטער.
ס'יז דאך אבער זומער, מ'זאגט נאך מוריד הטל?
ער איז דאך גערעכט, מען קומט אין קרעטשמע אויסבלאזן דעם עירקאנדישאן.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 29, 2009 11:30 pm
דורך elmonsey
איזאק איך לאך אזוי שטארק ווי ווען איך האב געהערט די ערשטע מאל ווי איזאק פין די פעסטע שטעלונג האט אוועק געשלעפט די בענקעל פינעם גאסט(כ'אב פארגעסן זיין נאמען)
יענטאש מיין הייסע טיי האט זיך אויסגעגאסן אויף מיר ווייל איך האב מיך גענימען היסן אינמיטן לאכן(איך לאך נאכאלץ)אין דאס טיט וויי איז די האסט מזל אז איך וויס נישט ווער די ביזט ווייל אך אין וויי וואלט געוועהן אז יא...
שמערי קאמענטארן זענען געצליך איבעריג.
מילער זעה מיין תגובה צי יענטאש
גרויזי דיין ניק זאגט שוין אלעס וואס איך האב צי זאגן אויף דיר ווייל מיין בויך טיט שוין ווי פין דיינע דרשות אין תגובות אין דאס איז נאך פאר די דרשה פין לאנגע שייטלעך אין שמאלע געפאסטע קליידער.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 1:40 am
דורך ירא שמים
יעענטאש
כ'האב זיך געקוילערט פאר געלעכטער
ביסט א איך ווייס נישט וואס
ביסט א גולגול פין איך ווייס נישט וועם
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 07, 2009 7:47 pm
דורך איך_הער
דעם אשכול האבעך פאר סאום ריזן געליינט אויפן בערל, נישט זייענדיג איינגעסיינט, איך האמעך געווארפן פאר געלעכטער, באט סאמטינג איז ראנג מיט איזאק'ן, ס'מאכצעך ביינעם צופיל מאל אזאנע מודס. באט עס לאנג ער געטצעך דא אויס, מיינעך אז ס'גייט מיך נישט באדערן.
איזאק, סוויטער (נישט א קאזן מיט טוויטער) פון סוויט.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 28, 2011 4:38 pm
דורך איזעי
דא אויף די זייט האסטו א הייסע קאווע, איזאק.
סיי ווי קוקט אויס אז דו ביזט שוין אביסל בארוהיגט.
שוין א לאנגע צייט שטיל דא, איך בין יעצט אנגעקומען דא פון א לינק.