גריסן און שמועסן
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 6:21 pm
דער וואס שלאגט דארף אריינכאפן דעם פיוטשור געשלאגענעם
Advertisement
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 6:25 pm
מיינסט ס'איז נאך דא א פיוטשר מיט דעם קנא?
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 9:42 pm
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:מחמת סיבות שונות וועלן מיר מער נישט מעלדן די וועטער באריכטן.
מיט אנטשולדיגונג
ק.נ.א לבית וועטערמאן
די רבי וועט אהיימקימען וועט ער שוין פוילן צוריקצוציען די רעזיגנאציע.
דאנערשטאג פבואר 20, 2014 9:50 pm
אה אפשר איז ער געפארן קיין ארץ ישראל מיט די גרויסע נסיעה?
פרייטאג פבואר 21, 2014 3:46 pm
לדעתי איז נישט געוועהן קיינמאל קיין גרעסערער פארלוסט פאר אייוועלט ווי דאס אז קנא וועטער פארלאזט דאס פלאץ, (חוץ אפשר די גרויסע קראך) איך פארשטיי נישט ווי מען קען אוועקלאזן אזא פארמעגן, מען מוז עפעס זעהן צו טון צו ראטעווען דעם מצב.
פרייטאג פבואר 21, 2014 3:52 pm
יוראפ האט געשריבן:אפשר דארף מען מאכן וואלן פאר די ליידיג געווארענע בענקל
מצב האט געווינען די וואלן. עקפערטן זאגן אז די וואלן איז געפעלטשט...
שבת פבואר 22, 2014 11:46 pm
מער נישט נוגע.
לעצט פאראכטן דורך
מחותן אום זונטאג פבואר 23, 2014 10:42 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
זונטאג פבואר 23, 2014 9:27 am
מען בעהט הרב קנ"א בעפאר זיין רעזיגנאציע, פתח לנו שער בעת נעילת שער, ער זאל איבערגעבן די סודות החכמה פון זיינע פונקטליכע באריכטן פאר זיינע נאכפאלגער, כדי מיר זאלן ווייטער קענען נהנה זיין פון די וועטער באריכטן. עס פארבלייבט מיר פשוטער מענטשעלע א חידה סתומה וויאזוי הרב קנא פאקט איין די גרויסע וועטער מומחים און מאכט זיי כסדר צו שאנד און צו שפאט, הלא דבר הוא. ע"כ איז צום האפן אז קנ"א וועט זיין א דולה ומשקה און אויסלערנען זיינע תלמידים דעם ריכטיגן דרך הלימוד לנו ולבנינו עד עולם.
זונטאג פבואר 23, 2014 10:12 am
סיז שוין העכסט צייט צו הייערן אפאר חברה.
קנא פארן וועטער.
שמעלקא פאר מוסר.
מידער פאר פאליטישע נייעס.
לכתחלה פאר נאציאנאלע נייעס.
געלעגער צו מעקן די אלטע (אדער נייע)
וויקי פאר גאסען נייעס.
ועוד ועוד
זונטאג פבואר 23, 2014 10:13 am
מחותן האט געשריבן:
אין די סעריע פון בקשה'ס צו די פארוואלטונג.
ק.נ.א וועטער באריכאען קען ווען זיין א גאלדען גרוב, אויב עס איז גוט אדווערטייזט קען עס ברענגען { און א שווערע וועטער } הינדערטער מענטשן צו די סייט. (וואס דאס מיינט אסאך טראפיק - געלט.)
עס וואלט געווען א גיטע אדיע אז מען זאל אים געבן א לינק אויבן אויפן אויפן ברייטען בלויען פאס ערעגץ נעבן די אייוועלט סימבאל, עס זאל האבן א וועטער אייקען און עס זאל פירען זיין אשכול.
זונטאג פבואר 23, 2014 10:35 am
ליבי אומר לי אז מען האט נישט ריכטיג אפגעשאצט זיין ווערט, און דאס איז די סיבה פאר זיין פארשוואונדן ווערן
זונטאג פבואר 23, 2014 10:59 am
ליבי אומר לי אז נישט.
מען האט אים זייער שיין עפרישיעטעד.
זונטאג פבואר 23, 2014 11:49 am
יש לחלק בין ׳אפרישיעטעד׳ ל ׳ריכטיג אפשאצן דאס ווערט׳ וק״ל
זונטאג פבואר 23, 2014 2:28 pm
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:מחמת סיבות שונות וועלן מיר מער נישט מעלדן די וועטער באריכטן.
מיט אנטשולדיגונג
ק.נ.א לבית וועטערמאן
די רבי וועט אהיימקימען וועט ער שוין פוילן צוריקצוציען די רעזיגנאציע.
jjj
זונטאג פבואר 23, 2014 2:49 pm
ווי די אפאזיציע פירערס געבן איבער פון די לעצטע פארהאנדלונגען איז קאנאקאוויטש גרייט אפצוטרערטן נאר אין פאל אז יוראפ געט אים צוריק זיין וואטעווער
ידיד [דו האסטאך יוראפ'ס וואטעווער] צוריק מיט די גניבה!
זונטאג פבואר 23, 2014 3:00 pm
יוראפ האט געשריבן:ווי די אפאזיציע פירערס געבן איבער פון די לעצטע פארהאנדלונגען איז קאנאקאוויטש גרייט אפצוטרערטן נאר אין פאל אז יוראפ געט אים צוריק זיין וואטעווער
ידיד [דו האסטאך יוראפ'ס וואטעווער] צוריק מיט די גניבה!
העי!! כ'האף דו האסט אן א "בלויע ציין", אז נישט העט נאך איינער חלילה מיינען אז דו רעדסט צו זיך..............
זונטאג פבואר 23, 2014 3:17 pm
קנ"א, הער זיך גוט צו. די האסט א מורא'דיגע טאלאנט וואס ווייניג האבן. (יא אסאך רעדן און שאצן, אבער חלום'ען הויעך.) איך קען עטליכע חשובע אינגעלייט וואס האבן זיך געזעגנט מיט סיביעס און טענטען אין דיין זכות. דיין זכות איז גאר גרויס. איך מיט נאך צענדליגע (קען זיין הונדערטער) אידן האבן זיך מחי' געווען און זייער שטארק עפרישיעטעד דיין הייליגע ארבייט. כאטש נישט יעדער האט זיך אנגעריפען. באזונדער האט זיך אנגעזען דיין איידעלקייט. יעדער האט באקומען א ענטפער נישט קיין חילוק צום וויפילטען מאל די קשיא איז געווארן געפרעגט. האסט געטרייט צו ענטפערען קשיא'ס וואס מען האט געקענט אליינס פארשטיין. ווי זאל איך פארן קיין שטאט פלוני אדער נישט. האסט געענטפערט פשוט ווייל דו האסט ליב צו העלפן א איד.
איך האב זייער אסאך מאל געטראכט צו מיר דער מיז זיין א גאר גאר חשובער אינגערמאן.
דאס איז וואס מיר האבן (צייטווייליג) פארלוירן.
דיין איידעלקייט קען מען אפשר ערזעצן. דא נעמט מען נאר אן ווער עס קען די פיפטע און זעקסטע שולחן ערוך. וואס וועט אבער זיין מיט די עקפעריענס? וואס וועלן די אלע וואס האבן אויפגעהערט הערן די רעדיא?
קנא, בי ביז ביזט דא?
(איך וויין)
זונטאג פבואר 23, 2014 3:20 pm
איך זע אז זייט קנא'ס פארשווינדען איז טאקע נישטא קיין איין אויסער געווענליכע וועטער! האמיר שוין געכאפט דעם שולדיגן...
זונטאג פבואר 23, 2014 3:25 pm
כולנו לשטורעם!
קנא יו בעק?
זונטאג פבואר 23, 2014 3:29 pm
יוראפ האט געשריבן:כולנו לשטורעם!
קנא יו בעק?
כולנו לשטורעם! כולנו לשטורעם!כולנו לשטורעם!
מיר וועלן אפי' עפענען א באזינדערע אשכול דערפאר!! (אפשר קען מען עס ריפן "די שטורמער")
זונטאג פבואר 23, 2014 4:12 pm
אסותא האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:כולנו לשטורעם!
קנא יו בעק?
כולנו לשטורעם! כולנו לשטורעם!כולנו לשטורעם!
מיר וועלן אפי' עפענען א באזינדערע אשכול דערפאר!! (אפשר קען מען עס ריפן "די שטורמער")
שריי ניש זוי הויעך קנא קען זיך נאך אויפוועקן
זונטאג פבואר 23, 2014 4:24 pm
אז ער וועט נישט טרעפן קיין אוועטער זיך אנצוטין וועט ער זיך צוריק לייגן
זונטאג פבואר 23, 2014 5:59 pm
איינער האט געזעהן דעם שטורעם היינט....?
זונטאג פבואר 23, 2014 7:19 pm
זונטאג פבואר 23, 2014 7:31 pm
בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:יש לחלק בין ׳אפרישיעטעד׳ ל ׳ריכטיג אפשאצן דאס ווערט׳ וק״ל
הסבר ביטע