גריסן און שמועסן
מיטוואך אוגוסט 17, 2011 4:37 pm
1x1 האט געשריבן:וואו איז מאשקע?!
ביקר לאחרונה: שבת אוקטובר 17, 2009 9:39
9 טעג שוין נישטא
מיסטאם אויף א שבת קאמפיוטער, נאכן וואשן די ציין מיטן שבת בארשט אנגעצונדען די שבת לייט ארויפגעפארן די שבת עלעוועיטער....
Advertisement
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 3:14 am
געוואלד רשכבהג
ער איז דאך טמיר ונעלם
ווי מעגסט אים פראבירען מגלה צו זיין....
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 12:28 pm
ביקסאד
ביקר לאחרונה יולי 4
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 12:34 pm
ים רויבער האט געשריבן:ביקסאד
ביקר לאחרונה יולי 4
הוא חי וקיים ב"ה והיה לבקר אצלי לפני כמה ימים און עס איז כדרכו פארפירט געווארן טיפיזיניגע שמועסן בונה עולמות געווען והחריבן מקבץ געווען נדחים מארבע כנפות הארץ וכו' אזעלכע נפלאות און גילויים וועלכע זענען שוין לאנג נישט געהערט געווארן...
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 3:57 pm
פרייטאג אוגוסט 19, 2011 3:55 pm
איך זוך אים אויך א שטיק צייט...
כ'האב אים גראדע לעצטענס געטראפן, כ'האב אים נישט גלייך דערקענט, מסתם ווייל ס'געווען נאך אן אויספאסטן, אקיצור, דערציילט ער מיר מיט טרערן אין די אויגן אז זינט דער קראך לאזט מען אים שוין ליידער נישט אריין. ווער ווייסט, זאגט ער מיר, צי ער האט נישט גורם געווען דער קראך, דער קאמפיוטער איז נעבעך אינגאנצען צומישט געווארן מיט צוויי ניקים, און ס'האט פשוט געהויבן הענט.
הוי, ואשיבה חורפי דבר...
פליז, צייטלעך! ער זאגט צו, ער טוישט דער אוואטער!
מיטוואך ספטמבר 07, 2011 10:37 am
וואו איז ער פארשוואונדן געווארן ? האט אים עמיצער געזעהן לעצטנס?
פאר אים איז עס שוין צו לאנג...
ער האט אריינגעברענגט א לעבעדיגקייט אין די עצמות!...ניין?
- עטעטשמענטס
-

מיטוואך ספטמבר 07, 2011 11:56 am
ער מוז עפעס א יעדן טאג באזוכן ?
באלד העסטו הערן אז ער איז געווען אין ארץ פאר א תקופה, ער וועט אנפילן דעם בילדער אשכול מיט זיינע שטאף כדרך שעשה ר' שמחה'לע
מיטוואך ספטמבר 07, 2011 12:37 pm
ער ניצט לעצטנס זיין אנדערע ניק
מיטוואך ספטמבר 07, 2011 12:39 pm
און טאקע אין די לעצטיגע פאר טעג הייסט?!
פרייטאג ספטמבר 09, 2011 3:32 am
vee bin eech ?
פרייטאג ספטמבר 09, 2011 6:58 am
ביי מיר אין ביזעם טאש...
זונטאג ספטמבר 11, 2011 12:59 am
msp האט געשריבן:ביי מיר אין ביזעם טאש...
not together with your shaloshides bilka...
מאנטאג ספטמבר 12, 2011 3:36 am
ניין
מיט די שוואנץ פון א הערינג...
מאנטאג ספטמבר 12, 2011 8:09 am
וואו איז עס עפעס פארשוואונדן
געווארן ?
מאנטאג ספטמבר 12, 2011 9:24 am
קוקט אויס אז ער האט שוין אפגעגעסן און ער איז שוין זאט
מאנטאג ספטמבר 12, 2011 3:53 pm
אויף טוויטער איז ער צוריק מיטן גאנצן פראכט
מאנטאג אוקטובר 24, 2011 7:16 pm
'פעדער' האט זיך פארשטעקט אונטערן 'פעדערנעם' דאכענע...
מאנטאג אוקטובר 24, 2011 8:31 pm
צוזאמען מיט אשר ווילבער
דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 8:23 am
רבותי
ווי איז מכטי
ווי איז פעדער
ווי בין איך
איכה?
דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 9:33 am
דו ביסט נישט אין די הויזן?
דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 9:36 am
יא
אבער איך בין נישט אין בעט
איז ווי בין איך?
אבער דער עיקר איז
מכטי
פעדער
ווי זענט עטץ?
דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 9:56 pm
מכטי1 האב איך געזען דא לעצטנס
אבער פעדער איז מסתמא געגאנגען קויפן א פרישע, נאכדעם וואס די טינט פון די ערשטע האט זיך שנעל פארנוצט
פרייטאג אוקטובר 28, 2011 2:30 am
א דאנק פאר די אינפארמאציע
הרב קרעמער זאלסטו זיין געזונט און שטארק
מיטוואך נובמבר 02, 2011 9:57 am
שלום עליכם פעדער!
ווי ביסטו געווען באהאלטן אזוי לאנג?