Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג פבואר 03, 2011 4:26 pm

מאשקע האט געשריבן:
האניג האט געשריבן:חרס הנשבר פעלט עפעס לעצטענס...

Says who?...

[url]ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=397122#p397122[/url]
לעצט פאראכטן דורך לב טוב אום דינסטאג פבואר 08, 2011 3:17 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.

Advertisement

דאנערשטאג פבואר 03, 2011 4:50 pm

לב טוב האט געשריבן:

שיינע ניגון דיין חתימה...

דאנערשטאג פבואר 03, 2011 4:56 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:
לב טוב האט געשריבן:

שיינע ניגון דיין חתימה...
חחחחחחח

פרייטאג פבואר 04, 2011 4:32 pm

פארשריבן, איך האב גארנישט אין מיין פאסט קעסטל. כ'מיין אז די פאסט דא ארבעט נישט.

מאנטאג פבואר 07, 2011 5:54 am

געלעגער האט געשריבן:אז איך בין שוין יא דא וואלט איך געוואלט בעטן ווער ס'קען צוריק ברענגן יודעלע מענדלזאהן. זאגט אים אז ס'איז נישט שיין אנצודרייען די קאשע און ווען ס'קומט צום עסן ווערט ער נעלם. אז ער האט פארגעזאגט אז דאס וועט געשען אין די אראבישע וועלט זאל ער קומען דערציילן ווייטער.

פונקטליך האט געשריבן:ער ווארט אז די סאמטוכע זאל זיך אפשטילן וועט ער שרייבן אן אנאליז

והיה און אז דער מענדלזאהן וועט שוין יא שרייבן אן אנאליז - אפילו א לאנגע, גוט אויסגעארבעטע אנאליז - ווער וועט עס בכלל באמערקן? ווער רעדט שוין פון גרונטליך דורכטוהן דעם אנאליז פון אלע זייטן און זיך מפלפל זיין דערין מיט דברים של טעם?

מאקסימום וועט איינער זיך מרחם זיין און זאגן שקויעך!
נו, טאקע זייער שיין פון דעם איינער. פארט בעסער פון גארנישט...

מאנטאג פבואר 07, 2011 9:39 am

יודל דאס איז א טעות מוחלט פון דיין זייט!
וויסן זאלסטו אז דיינע ארטיקלן ווערן ביי מיר דורך געליינט שטאטערהייט און יעדע ווארט ווערט אויפגעפאסט. דיינע ארטיקלן ווערן געווענליך געבוקמארקט ביי מיר און איך נעם עס אפיר ווען איך האב אפאר רואיגע מינוט נישט ווי רוב ארטיקל וואס ווערן געליינט שנעלערהייט סקיפענדיג ווערטער.
די סיבה פארן זיך נישט באדאנקן אייביג איז פשוט איין זאך: איך האב נישט די ווערטער! יא, אזויווי די הערסט. איך פארמאג נישט די שפראך דיך צו דאנקן!
געווענליך ביי א צווייטנס ארטיקל באדאנק איך מיך און איך ווייס אז יענער וועט זיך פרייען, פארוואס? לאמיר זאגן יענער האט אריין געלייגט א שעה צו שרייבן די ארטיקל איך שרייב אים א שכח פון אפאר שורות און יעדער איז צופרידן. פארשטייט זיך אויב יענער שרייבט עפעס אויסערגעווענליך וועט יענער באקומען אן עקסטערע שכח און איך וועל מיך אנשטרענגן אז די שכח זאל זיין עפעס צום זאך.
אבער ביי דיר איז אן אנדערע מעשה, ווי פאנגט מען אן? א פשוטע שכח איז ממש אן עבירה וואוסענדיג וויפיל צייט מח קאפ דו האסט אריין געלייגט דאס אפצושרייבן. ווידעראים עפעס אויסערגעווענליך, קען מען דען יעדן טאג זיך מצמצם זיין? און אפילו ס'געלונגט יא אמאל איז דען דאס גענוג קעגן וויפיל מיר באקומען פון דיר?
אלזא קום איך צוריק צום זעלבן פראבלעם 'ס'איז נישטא קיין ווערטער צו באדאנקן נאך א יודעלע ארטיקל'!! פינטל!!

אבער דאס זאלסטו וויסן, ביי יעדע געשעעניש קום איך אריין אין קרעטשמע קוקן צו ס'איז דא מענדעלזאהן זאפט זיך צו דערקוויקן. און ווען ס'איז נישטא ווערט קאלמוטנע אויפן הארץ, און איך לויף פאשענען און דרויסענדיגע פעלדער צו שטילן מיין נייעס-דורשט.

יעצט, נעם מיינע ווערטער און האלט עס פאר דיינע אויגן ביים שרייבן דיינע ארטיקלן, "ס'איז דא אידן וואס לעכצן צו ליינען וואס דו שרייבסט, און זיי ווערן פארטייבט נאכן ליינען אזש זיי קענען זיך נישט צוזאמקלייבן און זיך באדאנקן".

און יעצט ווענד איך מיך צו אלע תושבי קרעשטמע חובבי יודלע.
דערציילט פאר יודלן ווי שטארק איר גלייכט אים, זאגט אים ווי שטארק איר קוקט ארויס אויף זיינע ארטיקלן. אויב קענט איז נישט שרייבן דאן קוואוט מיינע ווערטער. זאל ער כאטש זען אז איך בין נישט דער איינציגסטער וואס טראגט זיך ארום מיט אזא געפיל צו אים.

מאנטאג פבואר 07, 2011 10:00 am

אקוראט!

כ'קען נישט דורכליינען יודל'ס ארטיקל נאר ווען כ'האב אביסל צייט און ישוב הדעת.

לגבי ישר כוח, געווענדליך וועל איך נאר שרייבן ווען איך האב וואס צו שרייבן אויפן ארטיקל.

ס"ה, ווען איך ליין דיין ארטיקלען, יודל, האב איך באמת הנאה פון די רייכקייט, נאר נישט אייביג קען מען ליינען/שרייבן.

א אמת'ן יישר כוח יודל,
כ'האף די וועסט שרייבן ווייטער

מאנטאג פבואר 07, 2011 10:16 am

כ'געלעגער ועוד לקרא, די סיבה פארן זיך נישט באדאנקן איז איין'ס, נישטא קיין ווערטער.
אויב וועט מען זיך באדאנקן מיט פשוטע ווערטער קען עס נאך אויסקוקן ווי אונז ווילן פשוט א טובה טון, אבער עס וועט נישט ארויסברענגן די אמת'ע הנאה וואס אונז האבן, ווייל אויף דעם דארפן אונז א ר' יודל וואס זאל אונז פארשרייבן די ריכטיגע ווערטער זיך צו באדאנקן.

מאנטאג פבואר 07, 2011 12:57 pm

געלעגער האט געשריבן:יודל דאס איז א טעות מוחלט פון דיין זייט!

אבער דאס זאלסטו וויסן, ביי יעדע געשעעניש קום איך אריין אין קרעטשמע קוקן צו ס'איז דא מענדעלזאהן זאפט זיך צו דערקוויקן. און ווען ס'איז נישטא ווערט קאלמוטנע אויפן הארץ, און איך לויף פאשענען און דרויסענדיגע פעלדער צו שטילן מיין נייעס-דורשט.

יעצט, נעם מיינע ווערטער און האלט עס פאר דיינע אויגן ביים שרייבן דיינע ארטיקלן, "ס'איז דא אידן וואס לעכצן צו ליינען וואס דו שרייבסט, און זיי ווערן פארטייבט נאכן ליינען אזש זיי קענען זיך נישט צוזאמקלייבן און זיך באדאנקן".

מאנטאג פבואר 07, 2011 1:05 pm

גם אני מצטרף לחסידי ר' יודל.

מיר לעכצן, קוקן ארויס און ווארטן נאך אייערע געשמאקע לאגישע ווערטער.

מאנטאג פבואר 07, 2011 1:10 pm

סאכדעס האט געשריבן:איך בין אויך דא, אפילו קיינער זוכט מיך נישט.

קיינער זוכט אייך נישט? מיר שטייען און ווארטן אויף אייך בכליון עיניים.

מאנטאג פבואר 07, 2011 1:18 pm

מצטרף לכל הנ"ל, אסאך מאל איז דאס צייט צו געענגט אויסצודרוקן דעם ריכטיגן דאנק פאר אונזער קאלעגע ר' יודל ני"ו, אז מען שפירט אז דאס פארקלאפן דעם בלעטל איז שוין בעסער ווי בלויז שרייבן א פוסטע "דאנק" און גיין ווייטער.

מאנטאג פבואר 07, 2011 5:23 pm

מיינע ליבע אידן, איך מוז אייך זאגן, איך בין שטארק בא'איינדרוקט און איבערראשט געווארן לייענענדיג די לעצטע תגובות. א דאנק פאר אייערע חיזוק ווערטער, כמים קרים על נפש עייפה (אפשר אין די וועטער פאסט זיך בעסער א ווארעמע באד ווי א קאלטע שפריץ וואסער...). אבער אין אמת'ן זיצן דא אסאך גוטע שרייבער וואס בארייכערן אפט דעם קרעטשמע אין אלע אירע ווינקלען מיט זאפטיגע ארטיקלען. איך שפיר זיך בכלל נישט קיין אויסנאם.

בנוגע תגובות, פארהאן צוויי סארט: איינס וואס איז דן אין עצם ארטיקל, א זאך וואס איז מעגליך נישט גע'אייגנט פאר יעדן, דערצו ווער ס'שפירט זיך נישט גענוג באהאוונט אין דעם באטרעפענד'ן טעמע. אבער אויך ווען מ'האט נישט וואס צו רעאגירן, אפווענדן, איבערפרעגן אדער צוגעבן צום שמועס, איז אלעמאל פארהאן א צווייטע מעגליכקייט: באלוינען דעם שרייבער מיט א שיינעם דאנק, א ווארט צוויי.

ווען מ'איז ממש גע'ענגט אין צייט, קען מען אפילו אריינווארפן א גרינע מענטשעלע מיט'ן פיטום ארויף. ;l;p- דערפאר זענען זיי דאך באשאפן געווארן און אהערגעשטעלט הארט נעבן תגובה קעסטל!

זעלבסטפארשטענדליך אז יעדער שרייבער ווארט און לעכצט צו הערן אן ערנסטע פראגע, פירכא, גזירה שוה, מה מצינו, אא"וו. אבער אויך ווען מ'זאגט בלויז "איך האב געליינט און הנאה געהאט!", גיבט דאס שוין א שטופ פאראויס און דינט אלס אויפפרישענדער חיזוק געטראנק ווי א גלעזל לחיים (גרעי גוס בלע"ז) נאך א לאנגע שבת'דיגע דאווענען.

מאנטאג פבואר 07, 2011 6:51 pm

הרב מענדלזאהן, אייער תגובה ברויך מען אויפהענגען מיט גרויסע אותיות אויפ'ן בולעטין בארד ביי די מעין ענטרענס פון קרעטשמע.

מאנטאג פבואר 07, 2011 8:28 pm

איך קען זיך ווייט נישט פארמעסטן מיט הרב יודל'ס געשמאקע שרייבעריי און ברייטע אנאליזן, און קען זיין דערפאר ראט איך נישט אז מען זאל שרייבן פשוט "שכוח איך האב הנאה געהאט", וואס דערפאר איז זיכער מער פאסיג א "גיב א דאנק" קנעפל.

און כאטש איך פארלייקן נישט אז עס גיבט חיזוק פארן באטרעפנדן שרייבער, מאכט עס אבער נערוועז די אנדערע אנוועזנדע.

אלענפאלס, יודל! דא האט איר א גרינע מיטן פיטום ארויף ;l;p- פאר אלע ארטיקלען ביז איצט, און ווי אויך אויף ווייטער בעזהשי"ת.

דינסטאג פבואר 08, 2011 7:34 am

פארשריבן האט געשריבן:.

אלענפאלס, יודל! דא האט איר א גרינע מיטן פיטום ארויף ;l;p- פאר אלע ארטיקלען ביז איצט, און ווי אויך אויף ווייטער בעזהשי"ת.

געהערט א מעשה?! ער וויל זיך פטר'ן מיט איין קליין תגובה'לע אויף "אלע ארטיקלען ביז איצט, און ווי אויך אויף ווייטער בעזהשי"ת!" מיר זענען נישט מסכים דערצו בשום אופן!

דינסטאג פבואר 08, 2011 8:49 am

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:

:grin: :grin: :grin: ;l;p-

דינסטאג פבואר 08, 2011 9:31 am

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
בנוגע תגובות, פארהאן צוויי סארט: איינס וואס איז דן אין עצם ארטיקל, א זאך וואס איז מעגליך נישט גע'אייגנט פאר יעדן, דערצו ווער ס'שפירט זיך נישט גענוג באהאוונט אין דעם באטרעפענד'ן טעמע. אבער אויך ווען מ'האט נישט וואס צו רעאגירן, אפווענדן, איבערפרעגן אדער צוגעבן צום שמועס, איז אלעמאל פארהאן א צווייטע מעגליכקייט: באלוינען דעם שרייבער מיט א שיינעם דאנק, א ווארט צוויי.

ווען מ'איז ממש גע'ענגט אין צייט, קען מען אפילו אריינווארפן א גרינע מענטשעלע מיט'ן פיטום ארויף. ;l;p- דערפאר זענען זיי דאך באשאפן געווארן און אהערגעשטעלט הארט נעבן תגובה קעסטל!

זעלבסטפארשטענדליך אז יעדער שרייבער ווארט און לעכצט צו הערן אן ערנסטע פראגע, פירכא, גזירה שוה, מה מצינו, אא"וו. אבער אויך ווען מ'זאגט בלויז "איך האב געליינט און הנאה געהאט!", גיבט דאס שוין א שטופ פאראויס און דינט אלס אויפפרישענדער חיזוק געטראנק ווי א גלעזל לחיים (גרעי גוס בלע"ז) נאך א לאנגע שבת'דיגע דאווענען.

יעדער וואס האט שוין אמאל געשריבן דא דריי ווערטער, וועט זיך מודה ומתוודה זיין אז יעדעס ווארט וואס ר' יודל האט דא געשריבן איז אמת ויציב!

זונטאג פבואר 20, 2011 7:37 pm

די אכטע נאוט האט איינער געזעהן שרייבן עפעס א תגובה לעצטענס?

זונטאג פבואר 20, 2011 10:25 pm

יודל, זינט איך האב געהאט א מערכה מיט אפרע מיני האבעך נישט געקענט מגיב זיין אויף א פעידזש וואס איז געווען אפען צו לאנג, אפילו איך האבעס ריפרעשט. במילא זענען דיינע שכוחות נישט אנגעקומען, הנאה געהאט האבעך אבער גאר שטארק, ווייל דו צולייגסט זייער שיין וואס מיר דריקט אויפן הארץ... (איך בין נישט פון די וואס ווארטן אויפן W-2 צו "באקומען" א טעקס ריטוירן...)

דינסטאג פבואר 22, 2011 5:56 pm

"זאמלער" איכה?

דינסטאג פבואר 22, 2011 6:29 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:
leiby האט געשריבן:אז מ'וויל שטארק העלפט דער אייבירשטער
http://www.yiddishworld.com/forum/membe ... fb01894d1e
ס'געליגן אין מיינע ארכיוון

קרעמער כ'האב גערעדט אויב איינער לינקט צו זיין ניק אין איינע פין די תגובות,

u=1365

די שאלה איז צי ארענדער איז טאקע אינטעסרסירט צוריק צי האבן אלע תגובות...

מ'האט שוין פראבירט, ס'איז נישט געגאנגען!

דינסטאג פבואר 22, 2011 6:42 pm

יודל פרעגט זיך נאך אויף "סעלעדס". איינער האט אים געזעהן לעצטענס?

זאמלער ווערט אויך געזוכט.

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 4:38 pm

איזעי איז לעיטלי נישט צו געפונען. אפשר אנפאנגען א מנין תהלים?

דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 4:58 pm

ער האט זיך וואכן לאנג געזעגנט וואס ווילט איר?
שרייב א תגובה

Advertisement