בלאט 58 פון 133
געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2019 12:56 pm
דורך פעיק ניוז
צוויי שטארקע ניקס פעלן שוין א שטיק צייט.
@צל עובר
@הכל הבל
געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2019 12:58 pm
דורך עכט היימיש
פעיק נוז האט געשריבן:צוויי שטארקע ניקס פעלן שוין א שטיק צייט.
@צל עובר
@הכל הבל
הכל הבל האט היינט סערווירט א רייכע קאקאש, וואס רעדסטו?
און בנוגע צל
viewtopic.php?f=6&t=18589&p=1907443#p1907443
געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2019 1:06 pm
דורך פעיק ניוז
אפסס.. נישט באמערקט.
און וועגן @צל, האב איך געוואוסט די סיבה. איך מיין אבער @צל, אז ס'איז צייט שוין צו ענדיגן די סטראשעריי, העכסטנ'ס עפן א פרישע ניק און קום אריין פול פורס, קיינער וועט נישט כאפן..
געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2019 2:00 pm
דורך קלאָצקאָפּ
ניס קראכער האט נאכנישט געענדיגט אוועקפאקן דעם יו"ט.
געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2019 6:38 pm
דורך shimon7323
מיסטעריעזע פארשווינדונג פון מיסטעריעז איז נאך אלץ נישט געלעזט געווארן?
געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2019 7:34 pm
דורך ווישוואש
בכלל נישט מיסטעריעז. מ'האט אים באהאנדלט ווי א הונט.
געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2019 8:21 pm
דורך חמרא טבא
ווישוואש האט געשריבן:בכלל נישט מיסטעריעז. מ'האט אים באהאנדלט ווי א הונט.
בתוך שאר אלע אנדערע נארמאלע שרייבערס
געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 1:37 pm
דורך כאפצעם
צייט צו ווערן ערוואקסענע טאטעס, מ'כאפט א פליקל און מ'גייט ווייטער
געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 1:44 pm
דורך ווישוואש
מ'גייט אוועק.
געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 1:54 pm
דורך אסדר לסעודתא
כאפצעם האט געשריבן:צייט צו ווערן ערוואקסענע טאטעס, מ'כאפט א פליקל און מ'גייט ווייטער
יעדער איז ערוואקסן ערגעץ אנדערש. ביי איינעם זעט מען ערוואקסנקייט ביים שרייבן נארמאל און ביי א צווייטן ווען ער איז זיך מתגבר נאך א פליקל.
געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 2:02 pm
דורך ווישוואש
ווען די מנהלים וואלטן געווען ערוואקסענע טאטעס וואלט ער נאך דא געווען.
געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 2:10 pm
דורך אסדר לסעודתא
ווישוואש האט געשריבן:ווען די מנהלים וואלטן געווען ערוואקסענע טאטעס וואלט ער נאך דא געווען.
הונדערט פראצענט. ס'איז גרויסע פארלוסטן, סיי דער וואס איז מיסטעריעז פארשווינדן געווארן און דער וואס האט אונז איבערגעלאזט כצל עובר.
געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 4:12 pm
דורך קלאָצקאָפּ
shimon7323 האט געשריבן:מיסטעריעזע פארשווינדונג פון מיסטעריעז איז נאך אלץ נישט געלעזט געווארן?
די מיסטעריע פונעם פארשוואונדונג איז געלעזט, אבער די פארשוואונדונג זעלבסט ליידער נישט.
געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2019 12:32 am
דורך פאראינטערסירט
טשאדעלע'ן האט איינער געזעהן לעצטנס??
געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2019 10:26 pm
דורך צוקער וואסער
פאראינטערסירט האט געשריבן:טשאדעלע'ן האט איינער געזעהן לעצטנס??
געשריבן: זונטאג מאי 05, 2019 11:29 pm
דורך וואס טוט זיך
כ'מיין אייוועלט העט ארבעטן ווי די מזל פון א מענטש, די אלע שרייבערס וואס האבן געמאכט אז מ'זאל דא וועלן אריינקומען יעדן טאג זענען אוועק קענען שוין די אלטע אהערקומען, נא יא איך רעד צו דיר מאשקע, יאנאש, יענטאש וואלט אויך נישט געשאדט, קרעמער מוז שוין לאנג צוריקומען נא געגאנגען!! איר קענט אונז נישט איבערלאזן נישט אהער נישט אהין.
געשריבן: זונטאג מאי 05, 2019 11:47 pm
דורך shimon7323
טשאדעלע האט זיך געגעבן אזא צי אפ פון דא, איינער קען דאס מסביר זיין?
ווען די נייערע שרייבערס זאלן ווען שרייבן מער תוכן ווי טוחן וואלטן אסאך אלטע ניקס נאך דא געווען.
געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 8:46 am
דורך ירום הודו
shimon7323 האט געשריבן:טשאדעלע האט זיך געגעבן אזא צי אפ פון דא, איינער קען דאס מסביר זיין?
ווען די נייערע שרייבערס זאלן ווען שרייבן מער תוכן ווי טוחן וואלטן אסאך אלטע ניקס נאך דא געווען.
ייתכן אלץ סאלידאריטעט מיט @צל
אדער אפשר גאר א צווילינג מיט אים, נו איז די נדר חל אויף ביידע.
געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 9:29 am
דורך כהאב נישט קיין ניק
shimon7323 האט געשריבן:טשאדעלע האט זיך געגעבן אזא צי אפ פון דא, איינער קען דאס מסביר זיין?
ווען די נייערע שרייבערס זאלן ווען שרייבן מער תוכן ווי טוחן וואלטן אסאך אלטע ניקס נאך דא געווען.
ווען די אלטע שרייבערס וואלטען נישט אראפ געריסען די נייע וואלטען די נייע זיך געקענט צי לערנען.
אין מוואלט נישט געמעקט אזוי סאך.
איך ווייס אז די מנהלים ארבעטען נישט פאר געלט אבער ממעג אמאל מסביר זיין די סיבה פארן מעקען אין אישית אז מזאל וויסען פאר נעקסט טיים...
מיט אנטשלדיג...
געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 3:22 pm
דורך יש בו
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:shimon7323 האט געשריבן:.
ממעג אמאל מסביר זיין די סיבה פארן מעקען אין אישי אז מזאל וויסען פאר נעקסט טיים...
מיט אנטשולדיג...
געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 3:48 pm
דורך shimon7323
ווייס איך נישט וואס עטס ווילן פון מיר.
געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 7:05 pm
דורך פאקטען
פאר די נייע וואס ווערן אראפגעריסן פון די אלטע
viewtopic.php?p=1189189#p1189189
געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 7:13 pm
דורך shimon7323
זייער שיין, דארף מען אויפנעמען נייע מיני מנהלים וואס וועלן נישט מעקן אדער פארמאכן ניק'ס , זייער דזשאב וועט זיין נאר צי אויפמערקזאם מאכן שרייבער איבער די סטייל פון שרייבן אדער קאנטענט פון א תגובה.
איי עים פולי אין.
געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 7:30 pm
דורך ווישוואש
ווי אויך מנהלים וואס מעקן נישט נייעסלעך און אינפארמאציע וואס שמעקט זיי נישט.
געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2019 11:57 pm
דורך אסדר לסעודתא
shimon7323 האט געשריבן:טשאדעלע האט זיך געגעבן אזא צי אפ פון דא, איינער קען דאס מסביר זיין?.
לויט אומבאשטעטיגטע באריכטן איז טשאדעלע שוין צוריקגעקומען פון באדאראג קערעסטיר און זיך גענומען שרייבן צום ערשטן מאל נאך א צייט אפשניט פון קנאפע 15 טעג.
דט"פ