בלאט 1 פון 2

אשכול ברכת השנה

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 09, 2009 7:10 pm
דורך שאץ מאץ
איך וויל פארשלאגן א פלאן, אז איינער וויל וואונטשן א ברכת השנה פאר זיינע גוטע פריינד בתוכיכו אידישע וועלט, פאר סיי וועלכע ניק ער וויל, זאל ער קענען דא וואונטשן זיין הארציגע ברכה לעיני כל הקהל ויאמר,

למשל איך וויל וואונטשן פאר "וויכי" א גוט יאר
וואונטשט איך אים דא,

וואונטשן וויל איך א גוט געבענטשט יאר
יעדער ווייסט וועמען איך מיין קלאר
כלל ישראל האט דאך הנאה פון אים כל השנה
יא איך מיין טאקע היכל הנגינה

דאס איז נאר א משל....

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 09, 2009 9:45 pm
דורך שטארק זיך
און דאס איז דער נמשל...

א גוט געבענטשט יאר, יעלה ויגיע על ראש רום מעלת כבוד ש"ץ מו"צ שי'
השנה הזאת תהי'
שנה אלי' ציפינו
ע"י שנקיים
מצות אשר צונו
לחיים תכתבו בספרן של צדיקים גמורים מתוך נחת והרחבה.
כעתירת ידידכם:
שטארק זיך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 10, 2009 11:37 am
דורך שמערי בערי
שטייענדיג אין די הייליגע טעג - וויל איך מיינע געדאנקען אויפוויקלען
אונזער געטרייער שאץ באדאנקען יעדער מעג - אויף זיינע אויסטערלישע בא'טעמ'טע אינהאלטסרייכע ארטיקלען
צו איז עס א טאג בוך צו א גוטע ענטפער אויף א זאך וואס איך פרעג - אויסטערלישע געשמאקע שטיקלען

מעוטר מיט אזאזלכע הערליכע ידענות - דאס האט דאך נישט קיין ערזאץ
אביעה רננות - עס זאל דיר באגלייטן אלעמאל, ח"ו נישט געשען צו דיר אפילו א קראץ
צענדליגע מאל אזויפיל, עשרת מונים - זאל קומען אויפן קאפ פון אונזער טייערן שאץ!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 10, 2009 11:55 am
דורך bailout
שוין עטליכע טעג צו ראש השנה
מען דארף מאכן די ריכטיגע הכנה
עכט דארף איך דיך איבערבעטן
ראש הקהל איך וועל נישט אפטרעטן
יעצט זאג איך צו איך וועל דיר מער נישט העיטען

בלייב זשע מיר געזונט
עמער דיר יעצט אנוואונטשן הויך און קלאר
רב ברכות זאלסט אויסבעטן פאר יעדעס אידיש קינד
יעצט האב מיר א גוט געבענטשט יאר

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 13, 2009 10:26 pm
דורך שאץ מאץ
א ברכת השנה מיט א זמר, פאר הרב קרעמער,

צום נייעם יאר א ברכה א פרישער, צו מיין פרישן ידיד "אונגארישער"

אין די זעלבע צייט, פאר מיין לאקלאן רב הרב ביקסאד,

און צום ראש הקהל וועל איך שיקן מיין לשנה טובה מיט א פערי, פאר נו ווער????? שמערי בערי

מיט פולע טאשן נישט לער, פאר הרב מיללער,

פאר איך הער, איז גארנישט קיין קלער, א ברכה וואס מער,

שמיי דריי, עד בלי די, פון דאסניי, שפע משמי שמי,

ברוך, כמו שצריך, ואמרו ברוך לשולחן ערוך,
.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 14, 2009 5:05 pm
דורך אונגארישער
ר שאץ מאץ קיין גראמען קען איך נישט מאכן
אבער די וויסט דאך יא וויפיל איך האב הנאה פין דיינע ארטיקלן (אפילו ווען איך זאג דיר נישט) ממילא וויל איך דיר דא אנווינטשען

א כתיבה וחתימה טובה שנה טובה ומתוקה
דער אייבישטער זאל דיר געבן בני חיי ומזוני רווחי שפע ברכה והצלחה בכל אשר תופנה תצליח ותמצא חן בעיני השם ואדם
אסאך כח אין מח צי שרייבן אין שרייבן נאך אין נאך

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 14, 2009 9:48 pm
דורך שאץ מאץ
נאך צוויי נעמען וועל איך געבן א ברכת השנה, מיט כוונה, בשיר ורננה,

קודם פאר ידידי יגר סהדותא, ער זאל האבן א יאר א זיסע,
אזוי זיס ווי זיינע רייד, זאל זיך גיסן פון אים זיסקייט,

דערנאך אל הזקנים אמר, הזכיר והשמר,
דאס איז אונזער באקאנטער ר' שמחה, א לעכטיג יאר נודה לשמך,
אזוי וויל היי יאר לייגט מען אוועק דעם שופר דעם גנוחי,
זאל נישט קיין קרעכץ ביי אים זיין שכיחא,
.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 15, 2009 5:21 pm
דורך אונגארישער
אויכעט וויל איך דא אנווינטשען פאר מיין ידיד דא אין די קרעטשמע "מאשקע" א כתיבה וחתימה טובה א גיט געבענטשט זיס אין לעכטיג יאר

דער אייבישטער זאל דיר רעכענען ביים דין פאר א זכות אלע רדופות וואס די האסט געליטען פין מיר :roll:

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 15, 2009 6:53 pm
דורך פרעזידענט
קוים האט זיך דער יאר אנגעהויבן, שוין איז עס פארביי,
רוב צייט פון יאר אויסגעניצט, לתורה, תפלה, חסד אלע דריי,
עס קומט איצט א נייעם יאר דארף מען זיך פארנעמען
טאמער האט מען אין די סמ"ך יארן פארפעלט וועט מען זיך איצט פארבעסערן,
שנת גאולה וישועה וועט זייך דער זיסער יאר דעם נייעם,
מיר טיען מתפלל זיין מיר זאלן זוכה לשנה הבא בירושלים,
ערליך בעטן וועלן מיר אין די ימים נוראים, אז מיר וועלן בקרוב זוכה זיין לבגוא"צ אמן.
א כתיבה וחתימה טובה, א זיס לעכטיג יאר פאר אלע קרעטשמע שרייבער אין ליינער
באזיכער אין פאר גאנץ כלל ישראל.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 16, 2009 9:46 am
דורך שמאטע
ש.................., ...... ......... .......:
א.......... ...... ......... .........., ....... ........:
ץ....... ......... ........ ....... ............. .... .:

מ..... ...... ....., ...... ...... .......... ....:
א......... ........ ...... ..........?!, ........ ........:
ץ...... ....... ...... ...... ............ .......... אמן !!!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 16, 2009 2:03 pm
דורך שאץ מאץ
שמאטע,
די לייגסט א לאטע אויף א לאטע,
דיינע פינטעלעך למעלה ולמטה,
האט מיר ארויס געברענגט א שמייכל א גלאטע,
זאל דיר געבן אונזער הייליגע טאטע,
כל ברכאן דלעילא ותתה,
א לעכטיג זיס יאר בהאי שעתה,

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 16, 2009 2:35 pm
דורך צווענגל
שאץ מאץ האט געשריבן
איך וויל פארשלאגן א פלאן, אז איינער וויל וואונטשן א ברכת השנה פאר זיינע גוטע פריינד בתוכיכו אידישע וועלט, פאר סיי וועלכע ניק ער וויל, זאל ער קענען דא וואונטשן זיין הארציגע ברכה לעיני כל הקהל ויאמר,

און וואס זאגט עטץ צו מיין אידיע??
http://www.royalimageinc.com/flash/rosh ... 2%F0%E2%EC

*** ברכת השנים אשכול ***

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 17, 2009 12:25 pm
דורך בן בוזי
ב"ה
ימי הרחמים והרצון כ"ח אלול שנת תשס"ט


לכבוד ידידי היקרים כ"א בשמו הטוב יבורך ויתהלל הע"י

מיטן אויסגאנג פונעם פארגענגענעם יאהר -תשס"ט, און מיטן אריינגאנג צום נייעם יאהר -תש"ע, וויל איך דא אנוואונטשן מיינע ליבע פריינד מיט וועמען איך האב דאהי אזוי ליבליכערהייט פארברענגט, ובפרט ידידי היקרים מיט וועמען איך האב אנגעקניפט פערזענליכערע באציאונגען.

דער אייבישטער זאל מקבל זיין אייערע תפילות לרחמים ולרצון, און אייך פארשרייבן תומ"י אין ספרן של צדיקים גמורים, און דערביי אייך אפ-ענטפערן מיט א שטראם פון השפעות טובות מלמעלה מכל הטוב סלה, זאל עס זיין א שנת גאולה וישועה בכללית ובפרטית ברוחנית ובגשמיות מיט בני חיי ומזוני רויחי בב"א.

ווי עס וואונטשט אייך אייער פריינט
בן בוזי
אידישע וועלט פארומס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 17, 2009 1:20 pm
דורך ליינער
אזוי ווי איך בין נאר א ליינער וועל איך אייך וואונטשען דורך דא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 17, 2009 4:42 pm
דורך ביקסאד
לכל ידידי ומכירי הננו לאחל ולברך,

לשנה טובה תכתב"ו ותחתמ"ו לאלתר לחיים, בספרן של צדיקים גמורים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 17, 2009 6:36 pm
דורך שוועמל
פאר אלע חברים ....

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 18, 2009 7:29 am
דורך יוסלמאן
אזוי וואו כ'קען נישט קיינעם, וואו אויך נישט קיינע גראמען, וואונטש איך יעדן בלב שלם א זיס לעכטיג יאר. ת'שרה ש'כינה ע'לינו, ויבא משיח צדקינו בב"א.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 18, 2009 7:58 am
דורך שמערי בערי
השי"ת זאל אייך אלעמען שיקן א זיס יאר, א לעכטיג יאר, א גליקליך יאר, מען זאל ח"ו נישט וויסן פון קיין צער, א יאר פון פרנסה בהרחבה, שנה שתוליכנו בה קוממיות לארצינו, אמן

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 18, 2009 8:52 am
דורך פויער
אמן ואמן פאר אלע ברכות פון חברים וידידים

וגם אני אצטרף ברכת הדיוט

יתן ה' עס זאל זיין א גוט געבענטשט יאר שנת ברכה שנת פרנסה מען זאל נאר הערן שמחות דאס יאר ביי גאנץ כלל ישראל, זאל דער באשעפער מקבל זיין תפילות עמו בית ישראל ברחמים וברצון, און אלע אידן זאלן פארשריבן און פארחתמ'ט ווערן לאלתר לחיים בספרן של צדיקים גמורים, און דער עיקר שנה שתוליכינו בה קוממיות לארצינו בביאת גו"צ במהרה בימינו ונאמר אמן

הכ"ד המאחל פה קרעטשמע
הק' .........

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 18, 2009 9:41 am
דורך farshlufen
הער נאר און ליססן
זאל דער בורא אונז באגיסן
מיט א יאר א געבענטשטן און זיסן
קיין איד זאל מער וויסן
פון צער און פארדרוסן
אלע שווערע גזירות זאלן ווערן צוריסן
גרינג זאל קומען צום מויל דאס ביסן
פרנסה וחיים טובים קיינעם זאל נישט מיססן
ונזכה לביאת בן דוד ובנית ציון גינת הביתן
בב"א.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 18, 2009 9:47 am
דורך שמערי בערי
פארשלאפן טייערער, פון דיין מויל צו גא-טס אויערן
די תפלות זאלן עפענען אלע טויערן
אדורך ברעכן אלע שווערע מויערן
נאר לעכטיגע געזונטע קינדערלעך צו געבוירן
השי"ת זאל אונז שוין שיקן דעם ריכטיגן דורן
מען זאל ח"ו נישט ווערן אינעם פארשווארצטן גלות פארלוירן
נאר בקרוב אויסגעלייזט ווערן פונעם גלות דעם זויערן
לשנה הבאה בני חורין

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 18, 2009 9:52 am
דורך מיללער
ער"ה תש"ע לפ"ק

בפרוס השנה אשוב ואמר שלום לכל ידידנו ובאי שערי בית מדרשינו, מדקדקים ובעלי הלשון, עוסקים במחקר הדורות ותולדות גדולי ישראל, בעלי אסופות ויושבי קרנותינו, מגידי שיעור ושומעי לקחיהן, מגישי קורות העתים ומספרי ההוויות, וכל בית ישראל.

בעת צאת השנה אודה לכל החבירים החשובים אשר במשך ימי השנה עובדים בלי ליאות שלא ע"מ לקבל פרס להצלחת האתר ולהרמת קרנינו למעלה, ובפרט להמייסד מורינו הרב קרעמר הי"ו ואתו עמו חברי ההנהלה הדיין המציון בעל הסאכדעס, הפולנאי ר' יאנאש, ובמיוחד העסקן החשוב כולו טרי ומשולש מאפס, והאחראים החשובים כל אחד בשמו ובניקו יבורך.

בפרט את חברי היקרים הצמודים בקירות לבבי בראשית לכבוד יושבי בית מדרשינו וחברי מערכת על הצדיקים ה"ה, כבוד הרבד"צ, הרב הפלאי, מוה"ר ר' שמחה, הרב ליפשיץ, הרב מביקסאד, ידידי האב"ד דק' מעורר ישנים בווילפעסט יצ"ו, החברים ר' מיילעך, ר' נחמן נתן, ר' אבלי, ור' יאסל, הבן הרחמן והבן הבוזי, ה'שואל' והמשיב יהי' כן, הרב המפורסם הש"ץ והמו"ץ והשטיקל גבאי, פארצייטישע אידען ויוסל-לייט, וכל השאר יחשב נא בעיניהם כאילו הייתי פורטם.

ועוד אפרט את כבוד האחראים ר' שמעי' איכער ור' יואל צייטליך איש עת"י כפשוטו וכמדרשו, הוויכטיג מאכערס והמעמבערס וסתם יענטא'ש, כולם יתברכו ממעון הברכות ויזכו לשנה טובה ומבורכת, לחיים טובים ארוכים, ולחיי נחת דקדושה בלי שום פגע ונגע, תהא השנה הבאה עלינו לטובה שנת גאולה וישועה, שנה שתוליכינו מהרה קוממיות לארצינו אמן ואמן.

כ"ד המאחל ומעתיר, הק' יעקב דוב מיללער
רובץ תחת משא הרבנות פק"ק עדת ישראל
סקרענטאן, פנסילבני' יצ"ו

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 18, 2009 9:59 am
דורך צייטליך
וואס איך האב געוואונטשן ביי די נייעס פארום.

צייטליך האט געשריבן:ערב ראש השנה.

איך וויל דא אויסניצן די געלעגענהייט און ווינטשן פאר אלע אונזערע חברים און ידידים, שרייבער און ליינער פון דעם פארום: א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר. א יאר וועלעכער מיר זאלן קענען מעלדן נאר פרייליכע און גוטע נייעס.

פויעלט'ס אויס אלעס גוט'ס. און איר זאלט געהאלפן ווערן מיט וואס איר דארפט. בני, חיי ומזוני. נחת פון די קינדער און אייניקלעך, פרנסה בריווח ובניקל און צו אלעם בעיקר געזונטע און לעכטיגע יארן. מ'זאל שטענדיג זיין פרייליך און לעבעדיג.

לשנה טובה תכתב ותחתם לאלטר לחיים טובים.

א גוט יום טוב. צום ווידערזעהן איבער'ס יאר..


ווי עס וואונטשט.
צייטליך - אחראי.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 18, 2009 10:44 am
דורך וויכטיג מאכער
אוי וויי, הערשט יעצט געזעהן דעם אשכול.. און די ערשטע ברכה איז גאר אויף מיין קעפעלע ארויף..

שאץ, טענק יו פאר דיין שיינע ברכה, דער אייבערשטער זאל דיר געבן ווייטער כח אונז מהנא צו זיין, און א זיס יאר פאר דיר און דיין גאנצע פאמיליע.

מיללער, א שיינע ברכה, מיט געוואלדיגע מליצות און וויכטיג מאכער'ס אריינגעפלאכטן.. אויף דיר אויך א זיס און לעכטיג יאר, און האב אינזין די גאנצע קהילה..

און פארן גאנצן ציבור וואס גיבן אוועק שעות בלויז צו מהנה זיין יודישע קינדער, זאל דער אייבערשטער ענק מהנה זיין, און שיקן אלעס וואס מ'דארף..

און עקסטער ווילעך וואונטשען פארן מנהל ר' קרעמער זז"ג, און זיינע שותפים סאכדעס, יאנאש, טריאו, און פארן ארענדאר, און די אחראים, דער אייבערשטער זאל ענק שענקען פון אלעם גוטן, עטץ זאלטס האבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבייט, כלל ישראל קוקט ארויף אויף ענק, עטץ האטס א געוואלדיגע זכות... און אינאיינעם וועמער גיין קעגן משיח'ן..

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 18, 2009 11:36 am
דורך צום זאך
כ'האב מיך נישט פארגעגרייט (אוטש.. וויכי שיסט א אייער אין מיין ריכטונג..) אבער פטור בלא כלום אי אפשר, דעריבער וויל איך מצרף זיין צו אלע מאחלים, און איך וואונשט א כתיבה וחתימה טובה פאר אלע חברי ה'קרעטשמע און פאר גאנץ כלל ישראל, מ'זאל הערן נאר גוטע בשורות, און אלע אידן זאלן געהאלפן ווערן מיט זייערע צרכים, און לאמיר אלע זוכה זיין צו א זיס לעכטיג יאר! מען זאל נאך קענען הערן שופר דעם ערשטן טאג - פון משיח אליינס!

כברכת; צום זאך