בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 18, 2009 1:08 pm
דורך scy4851
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט געזינט יאהר פאר אלע מיינע חברים דא.
דער אייבערשטער זאל אינז העלפען אז דאס יאהר תש"ע זאל שוין אמתדיג זיין דער השנה מיטען ה' הידועה, אוויא דאס באוויסטע ווארט פונעם ייטב לב ז"ל אויפען פסוק 'מראשית השנה.....
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 18, 2009 3:17 pm
דורך פאטאקי08
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט געזינט יאהר פאר אלע מיינע חברים דא.
תכלה שנה וברכותיה ותחל שנה וברכותיה
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 18, 2009 4:48 pm
דורך וויכטיג מאכער
נו, רבותי, געגאנגען, ס'שפעיט, איך וויל פארמאכן..
אקעי, די לעצטע תגובה פון תשס"ט, און פון די סמך'ס..
תכלה שנה וברכותיה ותחל שנה וברכותיה..
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 20, 2009 6:49 pm
דורך וויכטיג מאכער
אקעי, ס'איז שוין אפען, מ'קען שוין צוריק אריינקומען...
א גוט יאר, מ'זאל האבן געפויעלט אלעס גוט'ס...
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 21, 2009 6:16 am
דורך ראמני 08
אמן
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 31, 2010 1:38 pm
דורך פאטאקי08
נארוואס באקומען מעסעדזש פון באראק אבאמא
כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 31, 2010 2:06 pm
דורך והוא פלאי
נו מען זאגט דאך פארן אפטער רב, השם יספור בכתוב עמים, אז דער אייבישטער פארשרייבט א גוט יאר פאר כלל ישראל, ווען די גויים פראווען זייער ניי יאר חאגע, און זאגט ראו מה בין בנו לבן חמי, און עס ווער אן התעוררות רחמים למעלה
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 31, 2010 2:11 pm
דורך דארפסמאן
באקומען א אימעל פון HSBC באנק וואס זיי ווילען ווינטשן א גיט יאר
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 01, 2013 8:27 pm
דורך מצב כללי
בפרוס השנה החדשה!
וויל איך אנוואונטשען פאר אלע חשובע שרייבער/ליינער א כתיבה וחתימה טובה און א שנת גאולה וישועה.
דער אייבירשטער זאל אינז אלע פארשרייבן, לשנה טובה בספרן של צדיקים גמורים.
אן דער עיקר איז אז דער קומענדיגער יאר זאל שוין זיין דאס אזוי-לאנג ערווארטעטער יאר וואס עס זאל נעמען אן עק צו דעם שווערן ביטערן פינסטערן און לאנגווייליגן גלות
אינז זאלן זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו באנפין נהירין, אמן!
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 02, 2013 9:05 am
דורך מאנ-יימער
אמן וכן למר (למתוק)
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 02, 2013 10:40 am
דורך קיקיון
בקצירת האומר
דער רבוש"ע זאל געבען פאר אלע אידען אלעס וואס זיי דארפען בכלל ובפרט אויף אן אופן פון הראנו ה' חסדיך מיר זאלען זעהן און פארשטיין מיט פליישיגע אויגען
טוב הנגלה והנראה
א גוט יאר והשווארץ יאיר
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 02, 2013 10:48 am
דורך מאנ-יימער
קיקיון האט געשריבן:בקצירת האומר
דער רבוש"ע זאל געבען פאר אלע אידען אלעס וואס זיי דארפען בכלל ובפרט אויף אן אופן פון הראנו ה' חסדיך מיר זאלען זעהן און פארשטיין מיט פליישיגע אויגען
טוב הנגלה והנראה
א גוט יאר והשווארץ יאיר
מאנ-יימער האט געשריבן:אמן וכן למר (למתוק)
יאיר שווארץ... גילוי...
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 02, 2013 11:27 am
דורך שאינו יודע
אמן, והמברכים יתברכו בכפליים
מן קדם אבינו שבשמיים
ונזכה לנחמה בכפליים
ולברכות מלא חפניים
עד שיבלו מלומר די בשפתיים
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 02, 2013 2:53 pm
דורך מצב כללי
שאץ!
ווען איך וויל עפענען אן אשכול אין א געוויסע נושא זעה איך אז די האסט מיך געפעדערט אבער פארפאלן דו שרייבסט פיין (דו מחוצף!!! דו זאגסט מיר איך שרייב פיין, נאר פיין?...) מעיבי נעקסט טיים.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 02, 2013 3:24 pm
דורך farshlufen
farshlufen האט געשריבן:הער נאר און ליססן
זאל דער בורא אונז באגיסן
מיט א יאר א געבענטשטן און זיסן
קיין איד זאל מער וויסן
פון צער און פארדרוסן
אלע שווערע גזירות זאלן ווערן צוריסן
גרינג זאל קומען צום מויל דאס ביסן
פרנסה וחיים טובים קיינעם זאל נישט מיססן
ונזכה לביאת בן דוד ובנית ציון גינת הביתן
בב"א.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 03, 2013 4:25 am
דורך מכטי1
איין מינוט דא קען מען נישט שרייבן סתם, סארי איך וועל טראכטען אויף עפעס א גוטע ברכה, ביזדערווייל נעמטס א טרינק פונעם ביזן קרעטשמע טרינק...
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 2:39 pm
דורך הרבטייטעלבוים
א גוט יאהר מיינע טייערע ברידער.
זאל זיין א יאהר פון גאולה און ישועה, און התגלות כבוד מלכות שמים ביי יעדען בפרט, און בפרטי פרטיות אויף יעדע אבר פונעם יחיד, און יעדע תפילה און יעדע התגברות, און אויף כלל ישראל בכלל, און אויף די גאנצע וועלט, און אלע עולמות, יכירו וידעו כי לה' המלוכה, והיה ה' למלך על כל הארץ, בפרט און א שנת השמטה וואס שרייט ממילא פון זיך ארויס לה' הארץ ומלואה, זאל מען שוין זוכה זיין ותחזנה עיננו בדבך לציון ברחמים.
א כתיבה וחתימה טובה.