גריסן און שמועסן
מיטוואך ספטמבר 09, 2009 7:10 pm
איך וויל פארשלאגן א פלאן, אז איינער וויל וואונטשן א ברכת השנה פאר זיינע גוטע פריינד בתוכיכו אידישע וועלט, פאר סיי וועלכע ניק ער וויל, זאל ער קענען דא וואונטשן זיין הארציגע ברכה לעיני כל הקהל ויאמר,
למשל איך וויל וואונטשן פאר "וויכי" א גוט יאר
וואונטשט איך אים דא,
וואונטשן וויל איך א גוט געבענטשט יאר
יעדער ווייסט וועמען איך מיין קלאר
כלל ישראל האט דאך הנאה פון אים כל השנה
יא איך מיין טאקע היכל הנגינה
דאס איז נאר א משל....
Advertisement
מיטוואך ספטמבר 09, 2009 9:45 pm
און דאס איז דער נמשל...
א גוט געבענטשט יאר, יעלה ויגיע על ראש רום מעלת כבוד ש"ץ מו"צ שי'
השנה הזאת תהי'
שנה
אלי'
ציפינו
ע"י שנקיים
מצות
אשר
צונו
לחיים תכתבו בספרן של צדיקים גמורים מתוך נחת והרחבה.
כעתירת ידידכם:
שטארק זיך
לעצט פאראכטן דורך
שטארק זיך אום דאנערשטאג ספטמבר 10, 2009 11:57 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג ספטמבר 10, 2009 11:37 am
שטייענדיג אין די הייליגע טעג - וויל איך מיינע געדאנקען אויפוויקלען
אונזער געטרייער שאץ באדאנקען יעדער מעג - אויף זיינע אויסטערלישע בא'טעמ'טע אינהאלטסרייכע ארטיקלען
צו איז עס א טאג בוך צו א גוטע ענטפער אויף א זאך וואס איך פרעג - אויסטערלישע געשמאקע שטיקלען
מעוטר מיט אזאזלכע הערליכע ידענות - דאס האט דאך נישט קיין ערזאץ
אביעה רננות - עס זאל דיר באגלייטן אלעמאל, ח"ו נישט געשען צו דיר אפילו א קראץ
צענדליגע מאל אזויפיל, עשרת מונים - זאל קומען אויפן קאפ פון אונזער טייערן שאץ!
דאנערשטאג ספטמבר 10, 2009 11:55 am
שוין עטליכע טעג צו ראש השנה
מען דארף מאכן די ריכטיגע הכנה
עכט דארף איך דיך איבערבעטן
ראש הקהל איך וועל נישט אפטרעטן
יעצט זאג איך צו איך וועל דיר מער נישט העיטען
בלייב זשע מיר געזונט
עמער דיר יעצט אנוואונטשן הויך און קלאר
רב ברכות זאלסט אויסבעטן פאר יעדעס אידיש קינד
יעצט האב מיר א גוט געבענטשט יאר
זונטאג ספטמבר 13, 2009 10:26 pm
א ברכת השנה מיט א זמר, פאר הרב קרעמער,
צום נייעם יאר א ברכה א פרישער, צו מיין פרישן ידיד "אונגארישער"
אין די זעלבע צייט, פאר מיין לאקלאן רב הרב ביקסאד,
און צום ראש הקהל וועל איך שיקן מיין לשנה טובה מיט א פערי, פאר נו ווער????? שמערי בערי
מיט פולע טאשן נישט לער, פאר הרב מיללער,
פאר איך הער, איז גארנישט קיין קלער, א ברכה וואס מער,
שמיי דריי, עד בלי די, פון דאסניי, שפע משמי שמי,
ברוך, כמו שצריך, ואמרו ברוך לשולחן ערוך,
.
מאנטאג ספטמבר 14, 2009 5:05 pm
ר שאץ מאץ קיין גראמען קען איך נישט מאכן
אבער די וויסט דאך יא וויפיל איך האב הנאה פין דיינע ארטיקלן (אפילו ווען איך זאג דיר נישט) ממילא וויל איך דיר דא אנווינטשען
א כתיבה וחתימה טובה שנה טובה ומתוקה
דער אייבישטער זאל דיר געבן בני חיי ומזוני רווחי שפע ברכה והצלחה בכל אשר תופנה תצליח ותמצא חן בעיני השם ואדם
אסאך כח אין מח צי שרייבן אין שרייבן נאך אין נאך
מאנטאג ספטמבר 14, 2009 9:48 pm
נאך צוויי נעמען וועל איך געבן א ברכת השנה, מיט כוונה, בשיר ורננה,
קודם פאר ידידי
יגר סהדותא, ער זאל האבן א יאר א זיסע,
אזוי זיס ווי זיינע רייד, זאל זיך גיסן פון אים זיסקייט,
דערנאך אל הזקנים אמר, הזכיר והשמר,
דאס איז אונזער באקאנטער
ר' שמחה, א לעכטיג יאר נודה לשמך,
אזוי וויל היי יאר לייגט מען אוועק דעם שופר דעם גנוחי,
זאל נישט קיין קרעכץ ביי אים זיין שכיחא,
.
לעצט פאראכטן דורך
שאץ מאץ אום דינסטאג ספטמבר 15, 2009 5:56 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג ספטמבר 15, 2009 5:21 pm
אויכעט וויל איך דא אנווינטשען פאר מיין ידיד דא אין די קרעטשמע "מאשקע" א כתיבה וחתימה טובה א גיט געבענטשט זיס אין לעכטיג יאר
דער אייבישטער זאל דיר רעכענען ביים דין פאר א זכות אלע רדופות וואס די האסט געליטען פין מיר
דינסטאג ספטמבר 15, 2009 6:53 pm
קוים האט זיך דער יאר אנגעהויבן, שוין איז עס פארביי,
רוב צייט פון יאר אויסגעניצט, לתורה, תפלה, חסד אלע דריי,
עס קומט איצט א נייעם יאר דארף מען זיך פארנעמען
טאמער האט מען אין די סמ"ך יארן פארפעלט וועט מען זיך איצט פארבעסערן,
שנת גאולה וישועה וועט זייך דער זיסער יאר דעם נייעם,
מיר טיען מתפלל זיין מיר זאלן זוכה לשנה הבא בירושלים,
ערליך בעטן וועלן מיר אין די ימים נוראים, אז מיר וועלן בקרוב זוכה זיין לבגוא"צ אמן.
א כתיבה וחתימה טובה, א זיס לעכטיג יאר פאר אלע קרעטשמע שרייבער אין ליינער
באזיכער אין פאר גאנץ כלל ישראל.
מיטוואך ספטמבר 16, 2009 9:46 am
ש.................., ...... ......... .......:
א.......... ...... ......... .........., ....... ........:
ץ....... ......... ........ ....... ............. .... .:
מ..... ...... ....., ...... ...... .......... ....:
א......... ........ ...... ..........?!, ........ ........:
ץ...... ....... ...... ...... ............ .......... אמן !!!!!
מיטוואך ספטמבר 16, 2009 2:03 pm
שמאטע,
די לייגסט א לאטע אויף א לאטע,
דיינע פינטעלעך למעלה ולמטה,
האט מיר ארויס געברענגט א שמייכל א גלאטע,
זאל דיר געבן אונזער הייליגע טאטע,
כל ברכאן דלעילא ותתה,
א לעכטיג זיס יאר בהאי שעתה,
מיטוואך ספטמבר 16, 2009 2:35 pm
שאץ מאץ האט געשריבן
איך וויל פארשלאגן א פלאן, אז איינער וויל וואונטשן א ברכת השנה פאר זיינע גוטע פריינד בתוכיכו אידישע וועלט, פאר סיי וועלכע ניק ער וויל, זאל ער קענען דא וואונטשן זיין הארציגע ברכה לעיני כל הקהל ויאמר,
און וואס זאגט עטץ צו מיין אידיע??
http://www.royalimageinc.com/flash/rosh ... 2%F0%E2%EC
דאנערשטאג ספטמבר 17, 2009 12:25 pm
ב"ה
ימי הרחמים והרצון כ"ח אלול שנת תשס"ט
לכבוד ידידי היקרים כ"א בשמו הטוב יבורך ויתהלל הע"י
מיטן אויסגאנג פונעם פארגענגענעם יאהר -תשס"ט, און מיטן אריינגאנג צום נייעם יאהר -תש"ע, וויל איך דא אנוואונטשן מיינע ליבע פריינד מיט וועמען איך האב דאהי אזוי ליבליכערהייט פארברענגט, ובפרט ידידי היקרים מיט וועמען איך האב אנגעקניפט פערזענליכערע באציאונגען.
דער אייבישטער זאל מקבל זיין אייערע תפילות לרחמים ולרצון, און אייך פארשרייבן תומ"י אין ספרן של צדיקים גמורים, און דערביי אייך אפ-ענטפערן מיט א שטראם פון השפעות טובות מלמעלה מכל הטוב סלה, זאל עס זיין א שנת גאולה וישועה בכללית ובפרטית ברוחנית ובגשמיות מיט בני חיי ומזוני רויחי בב"א.
ווי עס וואונטשט אייך אייער פריינט
בן בוזי
אידישע וועלט פארומס
דאנערשטאג ספטמבר 17, 2009 1:20 pm
אזוי ווי איך בין נאר א ליינער וועל איך אייך וואונטשען דורך
דא
דאנערשטאג ספטמבר 17, 2009 4:42 pm
לכל ידידי ומכירי הננו לאחל ולברך,
לשנה טובה תכתב"ו ותחתמ"ו לאלתר לחיים, בספרן של צדיקים גמורים.
דאנערשטאג ספטמבר 17, 2009 6:36 pm
פאר אלע חברים ....
- עטעטשמענטס
-

- A Gut Yur!.jpg (9.5 KiB) געזעהן געווארן 543 מאל
פרייטאג ספטמבר 18, 2009 7:29 am
אזוי וואו כ'קען נישט קיינעם, וואו אויך נישט קיינע גראמען, וואונטש איך יעדן בלב שלם א זיס לעכטיג יאר. ת'שרה ש'כינה ע'לינו, ויבא משיח צדקינו בב"א.
פרייטאג ספטמבר 18, 2009 7:58 am
השי"ת זאל אייך אלעמען שיקן א זיס יאר, א לעכטיג יאר, א גליקליך יאר, מען זאל ח"ו נישט וויסן פון קיין צער, א יאר פון פרנסה בהרחבה, שנה שתוליכנו בה קוממיות לארצינו, אמן
פרייטאג ספטמבר 18, 2009 8:52 am
אמן ואמן פאר אלע ברכות פון חברים וידידים
וגם אני אצטרף ברכת הדיוט
יתן ה' עס זאל זיין א גוט געבענטשט יאר שנת ברכה שנת פרנסה מען זאל נאר הערן שמחות דאס יאר ביי גאנץ כלל ישראל, זאל דער באשעפער מקבל זיין תפילות עמו בית ישראל ברחמים וברצון, און אלע אידן זאלן פארשריבן און פארחתמ'ט ווערן לאלתר לחיים בספרן של צדיקים גמורים, און דער עיקר שנה שתוליכינו בה קוממיות לארצינו בביאת גו"צ במהרה בימינו ונאמר אמן
הכ"ד המאחל פה קרעטשמע
הק' .........
פרייטאג ספטמבר 18, 2009 9:41 am
הער נאר און ליססן
זאל דער בורא אונז באגיסן
מיט א יאר א געבענטשטן און זיסן
קיין איד זאל מער וויסן
פון צער און פארדרוסן
אלע שווערע גזירות זאלן ווערן צוריסן
גרינג זאל קומען צום מויל דאס ביסן
פרנסה וחיים טובים קיינעם זאל נישט מיססן
ונזכה לביאת בן דוד ובנית ציון גינת הביתן
בב"א.
פרייטאג ספטמבר 18, 2009 9:47 am
פארשלאפן טייערער, פון דיין מויל צו גא-טס אויערן
די תפלות זאלן עפענען אלע טויערן
אדורך ברעכן אלע שווערע מויערן
נאר לעכטיגע געזונטע קינדערלעך צו געבוירן
השי"ת זאל אונז שוין שיקן דעם ריכטיגן דורן
מען זאל ח"ו נישט ווערן אינעם פארשווארצטן גלות פארלוירן
נאר בקרוב אויסגעלייזט ווערן פונעם גלות דעם זויערן
לשנה הבאה בני חורין
פרייטאג ספטמבר 18, 2009 9:52 am
ער"ה תש"ע לפ"ק
בפרוס השנה אשוב ואמר שלום לכל ידידנו ובאי שערי בית מדרשינו, מדקדקים ובעלי הלשון, עוסקים במחקר הדורות ותולדות גדולי ישראל, בעלי אסופות ויושבי קרנותינו, מגידי שיעור ושומעי לקחיהן, מגישי קורות העתים ומספרי ההוויות, וכל בית ישראל.
בעת צאת השנה אודה לכל החבירים החשובים אשר במשך ימי השנה עובדים בלי ליאות שלא ע"מ לקבל פרס להצלחת האתר ולהרמת קרנינו למעלה, ובפרט להמייסד מורינו הרב קרעמר הי"ו ואתו עמו חברי ההנהלה הדיין המציון בעל הסאכדעס, הפולנאי ר' יאנאש, ובמיוחד העסקן החשוב כולו טרי ומשולש מאפס, והאחראים החשובים כל אחד בשמו ובניקו יבורך.
בפרט את חברי היקרים הצמודים בקירות לבבי בראשית לכבוד יושבי בית מדרשינו וחברי מערכת על הצדיקים ה"ה, כבוד הרבד"צ, הרב הפלאי, מוה"ר ר' שמחה, הרב ליפשיץ, הרב מביקסאד, ידידי האב"ד דק' מעורר ישנים בווילפעסט יצ"ו, החברים ר' מיילעך, ר' נחמן נתן, ר' אבלי, ור' יאסל, הבן הרחמן והבן הבוזי, ה'שואל' והמשיב יהי' כן, הרב המפורסם הש"ץ והמו"ץ והשטיקל גבאי, פארצייטישע אידען ויוסל-לייט, וכל השאר יחשב נא בעיניהם כאילו הייתי פורטם.
ועוד אפרט את כבוד האחראים ר' שמעי' איכער ור' יואל צייטליך איש עת"י כפשוטו וכמדרשו, הוויכטיג מאכערס והמעמבערס וסתם יענטא'ש, כולם יתברכו ממעון הברכות ויזכו לשנה טובה ומבורכת, לחיים טובים ארוכים, ולחיי נחת דקדושה בלי שום פגע ונגע, תהא השנה הבאה עלינו לטובה שנת גאולה וישועה, שנה שתוליכינו מהרה קוממיות לארצינו אמן ואמן.
כ"ד המאחל ומעתיר, הק' יעקב דוב מיללער
רובץ תחת משא הרבנות פק"ק עדת ישראל
סקרענטאן, פנסילבני' יצ"ו
פרייטאג ספטמבר 18, 2009 9:59 am
וואס איך האב געוואונטשן ביי די נייעס פארום.
צייטליך האט געשריבן:ערב ראש השנה.
איך וויל דא אויסניצן די געלעגענהייט און ווינטשן פאר אלע אונזערע חברים און ידידים, שרייבער און ליינער פון דעם פארום: א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר. א יאר וועלעכער מיר זאלן קענען מעלדן נאר פרייליכע און גוטע נייעס.
פויעלט'ס אויס אלעס גוט'ס. און איר זאלט געהאלפן ווערן מיט וואס איר דארפט. בני, חיי ומזוני. נחת פון די קינדער און אייניקלעך, פרנסה בריווח ובניקל און צו אלעם בעיקר געזונטע און לעכטיגע יארן. מ'זאל שטענדיג זיין פרייליך און לעבעדיג.
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלטר לחיים טובים.
א גוט יום טוב. צום ווידערזעהן איבער'ס יאר..
ווי עס וואונטשט.
צייטליך - אחראי.
פרייטאג ספטמבר 18, 2009 10:44 am
אוי וויי, הערשט יעצט געזעהן דעם אשכול.. און די ערשטע ברכה איז גאר אויף מיין קעפעלע ארויף..
שאץ, טענק יו פאר דיין שיינע ברכה, דער אייבערשטער זאל דיר געבן ווייטער כח אונז מהנא צו זיין, און א זיס יאר פאר דיר און דיין גאנצע פאמיליע.
מיללער, א שיינע ברכה, מיט געוואלדיגע מליצות און וויכטיג מאכער'ס אריינגעפלאכטן.. אויף דיר אויך א זיס און לעכטיג יאר, און האב אינזין די גאנצע קהילה..
און פארן גאנצן ציבור וואס גיבן אוועק שעות בלויז צו מהנה זיין יודישע קינדער, זאל דער אייבערשטער ענק מהנה זיין, און שיקן אלעס וואס מ'דארף..
און עקסטער ווילעך וואונטשען פארן מנהל ר' קרעמער זז"ג, און זיינע שותפים סאכדעס, יאנאש, טריאו, און פארן ארענדאר, און די אחראים, דער אייבערשטער זאל ענק שענקען פון אלעם גוטן, עטץ זאלטס האבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבייט, כלל ישראל קוקט ארויף אויף ענק, עטץ האטס א געוואלדיגע זכות... און אינאיינעם וועמער גיין קעגן משיח'ן..
פרייטאג ספטמבר 18, 2009 11:36 am
כ'האב מיך נישט פארגעגרייט (אוטש.. וויכי שיסט א אייער אין מיין ריכטונג..) אבער פטור בלא כלום אי אפשר, דעריבער וויל איך מצרף זיין צו אלע מאחלים, און איך וואונשט א כתיבה וחתימה טובה פאר אלע חברי ה'קרעטשמע און פאר גאנץ כלל ישראל, מ'זאל הערן נאר גוטע בשורות, און אלע אידן זאלן געהאלפן ווערן מיט זייערע צרכים, און לאמיר אלע זוכה זיין צו א זיס לעכטיג יאר! מען זאל נאך קענען הערן שופר דעם ערשטן טאג - פון משיח אליינס!
כברכת; צום זאך