בלאט 1 פון 1

א רוף צו סאכדעס'ן, ס'איז שוין גראד

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 12, 2006 1:21 pm
דורך יגרסהדותא
אנטשולדיגט מיר אלע, אבער ווען איך זעה דאס כסדר הייבט מיר דאס אן צו באדערן, און ס'ווילט זיך נישט פארמישן די לעצטיגע הערליכע אשכולות וואס גיסן זיך אזוי שיין. לאמיר אים דא זאגן.

סאכדעס, דיין תפילין של ראש איז שוין גוט, ס'איז שוין כנגד המח, דארפסט זיך נישט אזוי מוטשענען.


נ.ב. דאס איז אויב דו ווייסט ווי דיין מח געפינט זיך...

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 12, 2006 1:28 pm
דורך א אידעלע
יגר'ל
וואס ביזטו נאך אלץ אזוי ביזי דארט אפציוואשן דיין קאר, עס איז שוין הערליך זויבער, שוין גענוג געווען..........

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 12, 2006 1:55 pm
דורך סאכדעס
אזא טעות... נאכדערצו פון יגר'ל, וואסזשע פאלט דיר איין אז איך מאך גלייך די תפילין דארט, איך שטיי דארט פאר'דביקות'ט, נישט מער.

אידעלע, דו זעהסט נישט דארט דעם קליינעם? ער מאכט דאך גלייך שמוציג די אויטא.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 12, 2006 2:00 pm
דורך א אידעלע
לאמיך דיך עפעס פרעגן ר' סאכדעס, אפשר וואלט איך עס נישט געמעגט פרעגן אין פובליק, אבער..... דו רעדסט מיט תפילין?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 12, 2006 2:02 pm
דורך סאכדעס
דו זעהסט מיר רעדן?

כ'מיין פארוואס קלערסטו האביך זיך געקויפט א קאמפיוטער? אלעס איך זאל 'נישט' דארפן רעדן, אזוי קען איך אפשרייבן וואס אימער איך וויל, און איך דארף קיין ווארט פון מויל נישט ארויסרעדן.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 12, 2006 2:56 pm
דורך יגרסהדותא
סאכדעס, אבער ביים גרויסן צוזאמקום וואס מיר ווילן מאכן זונטאג זאת-חנוכה וועסטו דיר ערלויבן צו עפענען דאס מויל.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 12, 2006 3:55 pm
דורך סאכדעס
אבער נאר מיט די ראשי תיבות תפילין

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 12, 2006 7:22 pm
דורך קרעמער
א זיסער אשכול! (א שאד יעקב-אלי' אדער ווער האט נאכנישט געפונען וואס מוסיף צו זיין דא.. עס וואלט בלויז צוגעגעבן צום געשמאק).

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 13, 2006 1:16 pm
דורך סאכדעס
כ'שטעל זיך פאר אז דו ביסט בעיקר בעאיינדרוקט פון די גרויסע צוזאמקום וואו מ'גיי מיר זיך טרעפן מיט זארכ'ן.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 13, 2006 1:38 pm
דורך קרעמער
און אפשר - סאכדעס - מאכן מיר טאקע א חנוכה פארי (זאת חנוכה איז שבת, אבער מ'קען מאכן סתם א טאג אויך).

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 13, 2006 1:43 pm
דורך מאשקע
קאונט מי אין.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 13, 2006 1:46 pm
דורך קרעמער
הע העי, ס'איז פאר קינדער אויכעד???

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 13, 2006 1:54 pm
דורך מאשקע
מיין טאטע האט געזאגט אז איך מעג גיין. אפילו מיין בעיבי ברודער יעקב אלי' גייט אויך קומען.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 13, 2006 1:58 pm
דורך דארפסמאן
סא די ביסט יעקב אלי'ס ברודער אחהאח - אחהאח - אחהאח - אחהאח

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 13, 2006 2:04 pm
דורך מאשקע
בהמה האט געשריבן:סא די ביסט יעקב אלי'ס ברודער אחהאח - אחהאח - אחהאח - אחהאח

אוי, כ'האב נישט געכאפט אז מיט דעם האב איך מיך ארויסגעגעבן...

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 13, 2006 6:06 pm
דורך סאכדעס
בעיקר ווילן מיר דאך דעם זארעכן'ס ערשיינונג, אפשר אויך אני הקטן'ס?