א געטראפענע צעטל
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 12, 2006 12:07 pm
נעכטן נאכט ליל כ"א כסלו נאך חצות שפאצירענדיג אויף די גאסן אין וויליאמסבורג זעה איך א איינגעקנייטשטע צעטל ליגט זיך אזוי געמיטלעך אויף די סיידוואק (טראטור?). אבער אנדערש ווי אלע אנדערע צעטלך וואס ליגן אויפן פלאר האט די צעטל מיך זייער אינטערעסירט וואס עס שטייט דערויף, האב איך געטראכט מיר אז איך גיי שטילן מיין נייגעריגקייט מיטן זיך אראפבייגן און עס אויפהייבן.
איך בייג מיך איבער, און עס קומט א ווינטעל און עס גיט הייב אונטער די צעטל. האב איך געטראכט אז אפשר וויל נישט די צעטל אז איך זאל מיך בייגן פאר אים, נאר ער וויל ענדערש זיך הייבן פאר מיר און אריין קומען אין מיין האנט... אבער וואס ווען ווי, ער הייבט זיך און רוקט זיך פאראויס מיט אפאר פיס און לייגט זיך צירוק אראפ אויף די סיידווא(ל)ק.
איך קום נאכאמאל אן דערצו, יעצט גיי איך מיך שוין שנעלער אראפבייגן, ווייל איך וויל נישט עס זאל נאכאמאל אוועקפליען פון מיר (ווי גלייך איך בין בעל הבית). און עס איז געלאנגען, איך האב אים דערווישט.
איך האב אפגעליינט די צעטל, און איך האב געפרעגט א יעדם וואס ווערט דערמאנט אונעם צעטל צו איך מעג עס פארשפרייטן, און זיי האבן מיר געגעבן רשות דערצו.
דא האט איר עס.