בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:24 pm
דורך סאכדעס
בעני
קרעמער וואס מיינסטו מיט דיינע ווערטער נפילה? אפשר מיינסטו פטירה?
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 01, 2006 1:46 am
דורך שוועמל
עס איז פארהאן א באקאנטע לעגענדע אז דער הייליגער חוזה האט זיך פאראמפערט מיט די חיצונים א צייט פאר זיין פטירה, ביז תשעה באב האבן זיי מנצח געווען דעם הייליגן צדיק זי"ע, דערפאר האבן עס חסידים אנגערופן "נפילה", אנדייטנדיג יענע שווערע תקופה.
והשי"ת ינחנו בדרך אמת.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 01, 2006 9:36 am
דורך קרעמער
סאכדעס האט געשריבן:בעני
קרעמער וואס מיינסטו מיט דיינע ווערטער נפילה? אפשר מיינסטו פטירה?
כאפט מיר נישט ביים ווארט, אבער ווי איך געדענק פון די מעשה ביכער וואס האב געליינט בימי ילדותי, איז דער חוזה הק' נסתלק געווארן נאכן ארויספאלן פון א פענסטער.
קען זיין אז מיין זכרון דינט מיר נישט געהעריג, אדרבה, ווער עס ווייסט מער פרטים דערוועגן זאל ביטע מעלדן.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 01, 2006 12:04 pm
דורך איך_הער
ארויס געפאלן איז ער שמחת תורה, און נסתלק געווארן איז ער תשעה באב.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 01, 2006 12:21 pm
דורך קרעמער
יישר כח איך_הער!
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 03, 2006 10:22 pm
דורך cano
מען פארציילט אז מען האט געוויזען (ציליב א געוויסע סיבה חלום איך אז עס איז געווען דער רבי ר' אלימלך אבער איך מיין אז עס קען נישט שטימען) א געוויסע טמנא זאך פארען חוזה בשעת ער איז ארויסגעפלויגען פינעם פענסטער כדאי ער זאל נישט אויסגיין פאר השתוקקות אזוי האבען איינע פון מיינע רבי'ס און חדר פארציילט
גיי גלייב אים
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 03, 2006 10:56 pm
דורך שוועמל
(דער הייליגער ר"ר אלימלך איז נישט געווען קיין תלמיד פון חוזה. זיי זענען ביידע געווען תלמידידם פון הייליגן ר"ר בער זי"ע.)
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 03, 2006 11:01 pm
דורך איך_הער
נישט פארגעסן דער אשכול הייסט " ווער איז דא דער מנהל ".
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 04, 2006 2:22 am
דורך cano
ייש"כ שוועמעל איך האב עס שוין פאראכטען
BTW עס איז נאר געווען א טעות אזוי וואו עס איז יעצט האב איך עס געוואלט מתחילה אן שרייבען
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2009 7:52 pm
דורך מאיר
קרעמער האט געשריבן:אויב איר זענט נאך אלץ נייגעריג: די קרעטשמע ווערט געפירט פון א שטאב מנהלים, אזא סארט וועד, צוזאמגעשטעלט פון סאכדעס/בןהרחמן/יאנאש/יענטאאש/נאט-טו-ביזי/פענסטער/קרעמער, וועלכע האבן אלע - אויסער זייערע אייגענע ניקס - צוטריט צום קרעטשמער ניק.
בן הרחמן איז נאך מנהל? יענטאאש איז נאך מנהל? נאט טו ביזי איז נאך מנהל? פענסטער איז נאך מנהל? ווי איז טריאו?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2009 7:55 pm
דורך קרעמער
בן הרחמן און יענטאאש קומען נאך צו אלע אפיציעלע מיטינגען, נאט טו ביזי מיט פענסטער זענען געפלויגן. טריאו איז אריינגעקומען אנשטאט די געפלויגענע.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2009 7:56 pm
דורך מאיר
קרעמער האט געשריבן:בן הרחמן און יענטאאש קומען נאך צו אלע אפיציעלע מיטינגען, נאט טו ביזי מיט פענסטער זענען געפלויגן. טריאו איז אריינגעקומען אנשטאט די געפלויגענע.
נו אויב אזוי פארוואס איז בן הרחמן און יענטאאש נישט געקאלערט רויט זייער ניק נאמען?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2009 8:03 pm
דורך קרעמער
זיי זענען יושב בסתר.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2009 8:58 pm
דורך בונדאש
קרעמער האט געשריבן:זיי זענען יושב בסתר.
דאס הייסט אז מעגליך בין איך אויך מנהל, איי איך ווייס נישט דערפון, נו, בינעך יושב בסתר...
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2009 10:10 pm
דורך איך_הער
אז דו ווילסט פילן גוט, טראכט טאקע אזוי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2009 2:39 am
דורך שמיי_דריי
אויב איך מעג פרעגן, וואס איז געוועהן די סיבה פון זייער פליען?
(קרעמער אויב ס'איז א סוד קענסטו מיר ענטפערן אין אישית/טאלק און איך וועל עס האלטן פאר א סוד...)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2009 8:55 am
דורך סאכדעס
זיי האבן זיך אנטזאגט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2009 9:57 am
דורך סתם_אזוי
די יושב בסתר קענען מעקן תגובות?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2009 11:02 am
דורך 3x0
ניין.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 17, 2009 5:52 pm
דורך למעלה משבעים
וויסאך פארלאנג מען פאר זייער אויסלייזונג

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 07, 2015 12:04 am
דורך מיסטעריעז
למעלה משבעים האט געשריבן:וויסאך פארלאנג מען פאר זייער אויסלייזונג

יעצט זיי מוחל, ענטפער דו די שאלה

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 07, 2015 2:19 am
דורך גוגל
למעלה איז געגאנגען בסתר?