בלאט 1 פון 1

קרעטשמע אדער קרעטכמע

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 11, 2006 1:43 pm
דורך יגרסהדותא
פון ווען אן איך האב אויפגעהערט צו שיסן אראנדזש'ס אויף מיין ענגלישע טיטשער און זיך פרובירט צו לערנען אביסל די שפראך, האב איך געוואוסט אז א גוי האט א קליינער פראבלעם מיטן אות שי"ן, און א גרעסערערע כמעט קאטעסטראפע מיטן אות חי"ת.

אבער ווי אונז אידן ווייסן שוין, ווי זאגט דאס פאלק-ווערטל ווי תורה דארט חכמה האט מען גענומען דעם SH און געמאכט פארן שי"ן, און CH האט מען געקרוינט פארן אות חי"ת.

משום מעשה שהי', קוק איך נעכטן אינטן פונעם בלעטל און איך זעה אז אונזער זייטל רופט זיך אין די ענגלישע שפראכע היימישע קרעטכמע
www.heimishekretchme.com

מיינט דאס אז ווער ס'האט געמאכט אונזער וועב-זייטל האלט נאך אינמיטן פארפירן ביי ענגליש?

אדער קען עס מיינען טאקע פשוטו כמשמעו, וואס פארשטייט א גוי צו א קרעטשמע..



נ.ב. דאס איז דער תוכן וואס איך האב פארלוירן, אויף וואס איך האב געצארנט אויף א צווייטן פלאץ, קוקט אויס אז דער וואס האט אויפגעשטעלט האט עפעס זכות אבות, אז ער איז דא ארויס מיט גאנצע ביינער..

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 11, 2006 1:46 pm
דורך יאנאש
יגר;

יוי ביזטו גוט.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 11, 2006 1:48 pm
דורך דארפסמאן
די האסט אליין געענטפערט אז און ענגליש איז נישט דא קיין "ש"

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 11, 2006 7:57 pm
דורך קרעמער
יגר'ל;

מען מעג עכט נישט הנאה האבן פון א צווייטן'ס דורכפאל (בנפול ... אל תשמח), אבער נאכן אפליינען דיין תגובה, האב איך האלבוועגס למפרע הנאה אז דער אשכול האט זיך בעוה"ר פארמעקט.

דזשאסט קידינג