בלאט 1 פון 2
קליינע אינצידענטען פון די גרויסע וועלט.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 11, 2006 10:13 am
דורך שניימענטש
א בילד וואס איז ווערט געלטער,
ווען בען קלעמענס א וועב דיזיינער, האט פארלוירן זיין סעלפאון אויף די עמטרעק באן, האט ער נישט גחלומט אז ער וועט נאך אמאל געוואר ווערן די איידענטעטי פונעם גנב,
ווי געשאקט איז ער אבער געווארן צוויי טאג דערויף האבן אנגעהויבן אריין פליסען פיקטשער'ס אין זיין פליקער אקאונט, פון א מאן און פרוי און זייער טשיוואווא, וואס דער רויבער האט נישט געוויסט איז, דער קלעמענס האט געהאט אינסטאלירט א סאפטוועיר וואס זאל אוטאומאטקלי ארויף לאדענען די פיקטשערס וואס ער כאפט מיט זיין סעלפאון גלייך צו זיין פליקער קאנטע,
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 11, 2006 10:17 am
דורך גרויזאמער
געוואלדיג איז נישט דאס ווארט... ברענג נאך אזאלכע סחורה
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 11, 2006 10:27 am
דורך קרעמער
זיסע מעשה.
אבער וואס מיינט "טשיוואווא"?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 11, 2006 10:40 am
דורך 3x0
ווי פארשאפט מען די סאפטוועיר?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 20, 2006 1:41 pm
דורך שניימענטש
אן איזי-פעסס
די פאליציי האט ארעסטירט א מאן פארן דרייווען אינטער די איינפלוס פון אלקהאל, נאכדעם וואס ער איז דורך געפארען א וועכטער'ס בודקע ביי א נוקליער פאווער פלענט, און דערלאנגט א דאלאר פארן וועכטער, מיינענדיג אז עס איז א טאלל בודקע.
ביי א צווייטע פאווער פלענט האט מען אויך ארעסטירט א שיכור'ן דרייווער, ווען ער האט זיך פראבירט אויס צו גראדן מיט די בודקע, מיינענדיג אז ער איז אין א גאז סטאנציע, און דער וועכטערס בודקע, איז דער גאז פאמפ.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 20, 2006 1:55 pm
דורך שניימענטש
איין קיירעפראקטער ווייניגער,
דזשעימס בורדא, האט צוריק געגעבן זיין קיירעפראקטער'ס לייסענס, נאך וואס אן אויספארשונג האט אויפגעדעקט, אז ער האט געזאגט אז ער קען היילען דורך טעליפעטי, און ער קען דערמיט צוריק גיין אין צייט נאך פאר די ביינער דזשאונטס זענען געווארן געשעדיגט, און עס היילען, מיט א מעטאד וואס הייסט באהאלאקווים ווינא, און באהאלאקווים דזשיקוואר, אויף וואס ער האט מודה געווען אז עס זענען צוויי אויסגעטראכטע נעמען וואס איז אים בייגעפאלן אמאל דרייווענדיג, א אינטערזיכונג וואס מ'האט אויף אים געמאכט, האט געוויזען אז ער ליידט אויף עלוזשענול דיסארדער.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 20, 2006 8:07 pm
דורך שניימענטש
נאך א פיקטשער אינצידענט,
א רויבער, וואס האט איינגעבראכן, אין איינעמ'ס קאר האט געטראפן דארט א קעמערע , זיין רעבעצין האט גענומען א בילד דערמיט פון אים מיט זיינע געצייגען וואס ער האט גענוצט פאר די גניבה, אזוי עס איז אבער געווען א ביליגע דיספאזעבול קעמרע האבן זיי עס דארט געלאזט, ווען דער אייגענטומער פון די קאר האט דעוועלעפט די פיקטשערס, האט ער איינגעלאדענט דעם רויבער דורך די פאליציי פאר נאך איין פיקטשער, א "מאג שאאט.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 20, 2006 8:42 pm
דורך שוועמל
זייער אינטערעסאנטע מעשיות סנאו מען.
אבער איך זעה נישט די בילד וואס ס'דארף דא צו זיין, און אויך נישט דער בילד אונטער דיין נאמען [אלע אנדערע בילדער זעה איך יא]
פארוואס טוט דעס ביל געיטס צו מיר ? פארוואס פארוואס ?
וואס האב איך אים שלעכטס געטאן אז עס קומט מיר אזוינס ??
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 21, 2006 12:02 pm
דורך סאכדעס
שניי מענטש; די מאנסע פון די 'אן איזי פעס', קוקט מיר אויס זעהר נישט רעאליטיוו, פון וואנעט נעמסטו די מאנסע?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 21, 2006 12:05 pm
דורך מעסטערמיינד
די סקרינערס אינעם לאס אנדזשעלעס לופט פעלד, זענען זייער איבעראשט געווארן נעכטן, ווען אויף זייער עקס-רעי מאשין א וואו אלע וואס שטייגען אויף אויף פליגערס מוזן אויסלייגען זייערע טאשן און האנט באגאזשן, איז ארויף געקומען א קליין בעבי, ווי עס האט זיך ארויס גשטעלט, האט זיין ספאנישע באבע אים אויך אריין געלייגט אין א בעסקעט, און ארויף געלייגט אויף דעם פארעדיגן בעלט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 21, 2006 12:11 pm
דורך קרעמער
שיינע מעשיות, קיעפ איט אפ, אלל אוו יו..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 21, 2006 12:25 pm
דורך מאשקע
סאכדעס האט געשריבן:שניי מענטש; די מאנסע פון די 'אן איזי פעס', קוקט מיר אויס זעהר נישט רעאליטיוו, פון וואנעט נעמסטו די מאנסע?
וואס מיינט רעאליטיוו?
מיינסט אפשר צו זאגן רעאליסטיש?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 21, 2006 12:53 pm
דורך סאכדעס
יא דאס מיין איך, אגב חורפיה מש'ל'שתא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 21, 2006 12:54 pm
דורך מאשקע
וואס? האסט שוין די שלשול אויך?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 21, 2006 12:57 pm
דורך סאכדעס
אגב חורפיה קען מען גארנישט וויסן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 21, 2006 2:08 pm
דורך זארעכפעפער
שניי מענטש:
חזק ואמץ! דאס איז א געשמאק פון אן אשכול, דער אשכול גיבט צו א חיות צו די קרעטשמע.
שערקויעך איינמאל און נאכאמל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 21, 2006 8:24 pm
דורך שוועמל
קיינער האט מיר נאכנישט געענפערט.
איז דא דא עפעס א בילד אינעם ערשטען תגובה, אז שניי מענטש דרוקט זיך אויס: "א בילד וואס איז ווערט אלע געלטער"?
און נאכמער, תרועה פרעגט דערנאך: פון וואו פארשאפט מען די סאפטווער ?
און איך פרעג יעצט: פון וואסערע סאפטווער רעדט ער דארט ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 21, 2006 11:56 pm
דורך איך_הער
קען זיין אז דו מיינסט עפעס טיפער פון וואס דו פרעגסט, ווייל אויב מ'ליינט אפ די ערשטע תגובה זענען דיינע קשיות נישט שווער.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 26, 2006 12:54 pm
דורך סאכדעס
שוועמל האט געשריבן:קיינער האט מיר נאכנישט געענפערט.
איז דא דא עפעס א בילד אינעם ערשטען תגובה, אז שניי מענטש דרוקט זיך אויס: "א בילד וואס איז ווערט אלע געלטער"?
און נאכמער, תרועה פרעגט דערנאך: פון וואו פארשאפט מען די סאפטווער ?
און איך פרעג יעצט: פון וואסערע סאפטווער רעדט ער דארט ?
ס'איז נישט די קיין בילד, נקודה.
די סאפטווער איז אזא זאך וואס מאכט אז יעדע בילד וואס ווערט געכאפט מיט זיין סעלפאון קומט אן באלד צו זיין פליקער אקאונט.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 26, 2006 1:15 pm
דורך שוועמל
פליקער?!!!! א רייסער איז ער אויך ?
אין א קליינטשיק שטעטעלע אין מאדאגאסקאר זענען די איינוואוינער אנטוישט געווארן איין צופרי ווען זיי האבן נישט געהאט קיין עלעקטריציטעט. טראץ דעם וואס דער וועטער איז געווען פארהעלטניסמעסיג רואיג און אן קיין ספעציעלע אורזאך דערפאר. נאך א אונטערזוכונג פון דער עלעקטרי קאמפאני אין די אונטערערדישע דראטן זענען זיי שאקירט געווארן צו זעהן וויאזוי בלויזע ראצן האבן פאראורזאכט די קורצשלוס, זיי האבן אויפגעפרעסן די דראטן מיט זייערע שארפע צאהן מיינענדיג דאס איז עסן, דערביי פאלנדיג טויט איינע נאך די אנדערע.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 7:24 pm
דורך abimlaibt
קרית יואלער בית השחיטה האט פארלוירן צוויי גויאישע ארבייטער.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 10:30 pm
דורך קרעמער
וואס מאכסטו דא א קלאפ-און-לויף? דערצייל די מעשה, אבער שוין.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 10, 2007 10:13 am
דורך סאכדעס
אויב העט ער מאריך זיין, וועט די אינצידענט נישט זיין אזוי קליין
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 10, 2007 2:25 pm
דורך גאליציאנער
וועט מען זאגען גרויסע אינצידענטען פין די קליינע וועלט
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 11:24 pm
דורך נגיד
איינער האט באשטעלט א פארציע אין רעסטאראנט נאכדעם האט ער געדארפט גיין אין די קאנפעדענטשל שטיבלעך האט ער געלייגט א קעמרע ביי זיין פארציע אז עס זאל אפכאפן אויב איינער גנבעט זיין פארציע, ווען ער איז צוריקגעקומען האט ער זיך איבערצייגט אז זיין עצה האט טאקע געהאלפן און קיינער האט נישט גענומען זיין פארציע די פראבלעם איז נאר אז זיין קעמרע האט ער נישט געפונען...