בלאט 1 פון 2

פייטונג עריע

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 12, 2006 9:18 pm
דורך גרויזאמער
דא וועט מען אריינקומען ווען אימער יגר מיטן ארענדאר ווילן זיך קריגן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 13, 2006 10:36 am
דורך סאכדעס
גרויזאמער הויב נישט אהן דא אין די נייע קרעטשמע, מ'האמיר געמאכט אן עקסטער שטיבעלע פאר דיר, דא אינדרויסן קוק גוט, דלת על דלת, אויב איינער קומט אהין צו זאלסטו איהם געבן מנה אחת אפיים, אבער פליז נישט אין קרעטשמע, בכלל ווער האט דיר אריינגעלאזט דא? הא? p:2

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 13, 2006 10:55 am
דורך גרויזאמער
חאחאחאחאחא, קענסט שעלטן ביז מארגן דא בין איך, און פלאן איך צו זיצן, אויב שמעקט דיר נישט הייב דיך אן מיט מיר.

אוקיי?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 13, 2006 11:29 am
דורך סאכדעס
שמעק טאביק איז שוין אויך דא? ווער רעדט דא בכלל פון שמעקן? עניוועי אז סישטינקט דיר נישט קענסטו ארויסגיין פון דא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 13, 2006 11:30 am
דורך יגרסהדותא
העי, העי, איז נישט געווען אפגעשמועסט אז דאס איז מיין אין ארענדער'ס שטיבל?

עטס אלע לויפטס שוין ארויס, אבער געגאנגן

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 28, 2006 2:43 pm
דורך קרעמער
ערגעץ וואו אויפן וועלט ברייטן געוועב, דאכט זיך מיר אז אין אלטן כאטקע (קרעטשמע) האט גרויזאמער געשריבן אז נישט ער איז דער גרויזאמער פון דאהי, איך האלט אבער אז יא, וואס זאגט איר?

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 28, 2006 4:09 pm
דורך מעסטערמיינד
ניין

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 30, 2006 2:45 pm
דורך סאכדעס
אויסדרוקליך נישט.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 30, 2006 3:07 pm
דורך גרויזאמער
יא, ניין, עטס קענסט זאגן וואס אימער עטס ווילט, אבער דא בין איך מיטן פולסטן קראפט. אבער שוין ווי געמאלדן אין אן אנדער אשכול, גיי איך מיך נישט באווייזן נאר ווען עס וועט פארקומען רייאטן (וועא"מ), סאו נעמסט מיך נישט ארויס פון די כלים.

אוקיי?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 30, 2006 3:29 pm
דורך סאכדעס
נו אדעראבע, איצט ווילן מיר דיך דא, מיר עלן דיר אזוי מסדר זיין אזש דו עסט שפרינגן.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 30, 2006 11:00 pm
דורך קרעמער
היינט אין א געשפרעך אויף גוגעל טאלק מיטן ארגינעלן גרויזאמער, האט ער מיר אונטערגעזאגט אז ער גרוילט זיך פונעם נייעם קרעטשמע (איך האב שטילערהייט געמאכט א ברוך שפטרנו, שששש).

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 30, 2006 11:01 pm
דורך מעסטערמיינד
ער האט כאטש געזאגט פארוואס ? אדער בלויז געשאסען א סטעיטמענט?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 30, 2006 11:48 pm
דורך קרעמער
איך האב אים מסביר געווען א גענויע סיבה פארוואס ער קען נישט דערליידן אונזער סוקסעס מיטן פריוואטן וועבזייטל, איך קען דאס נישט דאהי ארויסשרייבן כדי נישט ארויסגעבן די אידענטיטעט פון איינעם פון די אנשי שלומינו. ער האט עס געלייקענט, אבער כך הוא דרכו...

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 30, 2006 11:49 pm
דורך בןהרחמן
איך פארשטיי שוין (אזוי מיין איך)

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 30, 2006 11:53 pm
דורך מעסטערמיינד
איך נאך נישט אינגאנצען

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 9:40 am
דורך סאכדעס
איך ביחלאל נישט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 6:02 pm
דורך קרעמער
המבין יבין והמשכיל ידום

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 7:24 pm
דורך יענטאאש
הערנדיג וואס קרעמער -וועם איך קען גאר גוט- זאגט איבער די אומצופרידנהייט פון גרויזאמער -וועמען איך קען נישט פערזענליך, אבער איבער גענוג אומ-פערזענליך- איבער די נייע קרעטשמע. וואס ווי קרעמער טענה'ט איז עס וועגן עפעס וואס ער האלט איבער איינעם -וועם איך קען אינגאנצן נישט לא בהסתר או בגלוי-....... פארשטיי איך אז איך באדארף צו שווייגן..... והמבין יבין והמשכיל ידום.

(נ.ב. ווער עס פארשטייט נישט וואס איך האב געשריבן זאל פלאצן. איך פארשטיי נישט דריי-פערטל פון די תגובות אין די קרעטשמע עניוועי).

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 2:05 pm
דורך סאכדעס
נאכאנעס אז דו האסט געשריבן די נ.ב. ווייל ליינענדיג דיין תגובה, האט זיך מיר געווירבלט אין מוח א גאנצע תגובה, אבער דו האסט עס אוועקגעמעכט מיט די נ.ב.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 07, 2006 9:42 pm
דורך קרעמער
ווי עס קוקט אויס האט א באר אייגנטומער אין כינע בטעות אריינגעבלאנדזשעט דא צו אונזער קרעטשמע, און עס האט אים זייער שטארק באנומען די "פייטינג עריע" אינערהאלב די קרעטשמע, אזוי ווייט, אז ער האט אונז נאכגעטאן! (א שאד מיר האבן נישט ארויסגענומען א פאטענט נומער און א קאפירייט דערויף).

ליינט און שטוינט:

BEIJING (Reuters) - Stressed-out Chinese can now unleash pent-up anger at a bar that lets customers attack staff, smash glasses and generally make a ruckus, a Chinese newspaper reported Monday.
The Rising Sun Anger Release Bar in Nanjing, capital of the eastern province of Jiangsu, employs 20 muscled young men as "models" for customers to punch and scream at.

"Customers can specify how they want the models to appear -- they can even appear as women -- and then they are free to give them a sound beating," the China Daily said.

The bar charges from 50 yuan ($6.25) to 300 yuan for the pleasure.

If violence does not work, counselors -- students from local universities -- are at hand to dispense advice, the newspaper quoted the owner of the bar, Wu Gong, as saying.

Wu said that since he opened the bar in April, most of the patrons have been women, especially those working in karaoke bars and massage parlors.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 27, 2006 10:34 pm
דורך איך_הער
ווער נעמט היינט קער דא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 28, 2006 12:23 pm
דורך סאכדעס
יאכער, וואסעשאלע? כ'מיין דער רוישעקאל בכבודו ובעצמו.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 28, 2006 2:32 pm
דורך Anonymous
וויאזוי קוקט אויס אזא צערמאניע איך מוז דאס זען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 28, 2006 3:29 pm
דורך סאכדעס
ווארט צו אויף גרויזאמער, פרוביר איהם אנצוצינען און דאן וועסטו שוין זעהן, אבער נאך ווי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 28, 2006 4:20 pm
דורך Anonymous
גרויזאמער וויאזוי ציט מען דיך אן

לאמיר טרייען, וואס האט די קרעטשמע הנאה געהאט פון דיר נאכן דיך אויפנעמען?