בלאט 1 פון 1

המעיל,ס'קינד,בב,מציבה.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 09, 2009 2:29 pm
דורך געלעגער
ליינט זיך די וואך א בריוו פין פענע צום בלאט אזוי:

המעיל איז א פיינע זאך, אין אידן ניצען דאס אינדערוואכען אויכעט פאר א גוטע רעגן מאנטעל.
אבער די וואך האב איך געטראפען נאך א סיבה פארוואס אוועקצוווארפען די שירעם, ווייל אזוי בלייבן ביידע הענט פריי אין מ'קען ניצען די (פארשאלטענע) "בלעקבערי".
די וואך ביי א גאס רעגן האב איך געזעהן איינעם שפאצירען, וואונדערונג זיך זעה איך וואו ער איז פארטיפט אין א טעקסט שמיעס.
שפעטער האט זיך געמאכט א שמיעס דערוועגען דערציילט א צווייטער אז ער האט געזעהן א טאטע ארויסקומען פין זיין קאר מיט פעקלעך, אין איין האנט איז געוועהן די אינפענט-סיט מיט די בעבי, אין די צווייטע האנט איז געוועהן די טו"ת מיט א קאווע אין א ציגארעטל, די בב האט זיך ציזינגען אין די איד האט אראפגעלייגט דאס קינד..... אין נאך דעם די טו"ת אין אזוי אויפגעהויבן די קאלל...
דאס קינד איז אים ווייניגער חשוב ווי דאס בלעקבערי/טעלעפאון....

א דריטע מעשה,
א איד איז געוועהן ביי א קבר פין א יארצייט אין ער הערט וואו א יונגערמאן רעדט צי איינעם בשעת ווען ער איז געוועהן איבערגעבויגען אויפן מצבה....
שפעטער האט ער באמערקט אז ס'איז נישט געוועהן צום נפטר נאר ער האט גערעדט אויפן טעלעפאון....
אין די בריוו ענדיגט זיך מיט אזא זולזול...
אזוי זעהט היינט די וועלט אויס מיט די נארישע בב/טעלעפאונס....

ע"כ תו"ד בקיצור...

די בריוו האט מיך היפש אויפגערעגט ווי מ'זאגט,

לאמיר אנפאנגען אזוי.

דאס זעהט מען קלאר פונעם שרייבער אז ער האט א וויסטע שנאה צו בב אין סעלפאונס, פארוואס? ווייסט איין באשעפער.. אפשר איז ער נישט עפראווד געווארען פאר א גוטע פלען? איך ווייס נישט, אבער זיין שנאה שפריצט פין זיין פענע,

איז אזוי,,,
מעשה 1)
א אינגערמאן האט שפאצירט אין די רעגן אין געטייפט אויפן בב...
ס'ארא פארברעך.... ער איז נישט געלאפען אין די רעגן אזוי ווי ס'שטייט אין שו"ע אבן חיים חלק יוד וחצי,
נאר ער האט געוואקט.....
ממש א פגיעה אין א פארברעך,
טאקע א חורבן די בב'ס הא?
ר' איד, איך לויף אויך נישט אין רעגן ווייל איך ווער סייווי נאס סאו איך האלט נישט ביים ווערען סיי נאס אין סיי פארשוויצט,
יעצט זענט איר שוין רואיגער? סא נישט בב איז די שילד דא...
וואס איך מיין איז, אז וועהן די כאפסט איינעם מיט אן עבירה, ער רעדט ביים דאווענען אין די האסט טענות, מייקל טייסען כ'מיין מהיכא תיתא, אבער נישט לויפן אין די רעגען איז אויך א פארברעך?

מעשה 2) א אינגערמאן האט אראפגעלייגט זיין קינד.....
שומי שמים....
אין גענימען א קאלל,
אין ער פירט נאך אויס אז ווער איז חשובער די קינד אדער......

ר' איד אייער וויסטע שנאה האט אייך פארטראגען פונעם גראדקייט, לאמיך איך עפעס מסביר זיין,

די טבע פין א מענטש איז אז ווען ער האט אסאך זאכען צי שלעפען וועט אים זיין מח דיקטירען אז ער זאל ציטיילן די פעקלעך צווישען די צוויי הענט, יעצט אז מ'שלעפט א קינד וואס דאס איז די שווערסטע זאך וועט עס גיין אין די רעכטע הענט וואס דארט האט א מענטש די מערסטע כח, אין די קלייניקייטן וועט גיין אין די לינקע הענט, דאס איז א פאקט וואס יעדער קען ביי זיך טשעקען, יעצט ווען א פאון קאלל קומט אריין געשעהט צוויי זאכען, איינס זאגט אים די מח אז מדארף אויף הייבן, יעצט צו קענען אויף הייבן דארף מען פריי מאכן איין האנט, יעצט מאך די מח א שנעלע קאלקעלעשען, פארוואס אראפלייגן פיר זאכן מ'קען אראפלייגן איין זאך אין אזוי אויפהייבן, אין נאך, די רעכטע הענט איז די מער אקטיווע הענט אין ער וועט שנעלער ריספאנדען (ביי רעכטערס) סא איז זייער פארשטענדלעך אז די מח הייסט פריי מאכען די רעכטע הענט כדי אויפציהייבן די קאלל,
נישט חלילה אז די טאטע ווארפט אוועק דאס קינד......
באראוגט??

אין סתם אזוי וויל איך איך פרעגען, די וועטער איז געוועהן שלעכט?
אויב נישט וואס איז די פראבלעם אז ער האט געלאזט א קינד פאר א מינוט ליגען אויף די פרישע ליפט?
אדרבה, זאגט איר מיר, ווען איר כאפט א פיס-קראצען אטאקע וואס וואלט איר אראפגעלייגט? טשעק איט אוט אין לאמיך וויסען...

מעשה 3) א אינגערמאן האט גערעדט איבערגעבויגען אויפן מצבה.

טאקע א חוצפה,
נישט אז מ'דארף נישט דן זיין לכף זכות, אבער אפילו לאמיר זאגען אז יא, איז מיינט דאס נישט אז יעדער מיט א טעלעפאון איז אזוי, אין ס'קומט זיך זיכער נישט דע אויסדריק ווי נארישע טעלעפאון'ס פאר די אלע יודן,
איר ווייסט וויפיל חסד דרייט זיך דורך מיט א פאון?
וויזוי ווילט איר מ'זאל מקיים זיין די ציווי פין:
ביטע שיקען צי צעהן מענטשען, נישט ציברעכען די קייט... ?

דאס איז מיין מיינונג אין מ'קען זיך מחילוק זיין....

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 09, 2009 2:42 pm
דורך שטארק זיך
מחולק!!! ונקטינן כבעל הפענע...

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 09, 2009 2:57 pm
דורך געלעגער
שטארק זיך האט געשריבן:מחולק!!! ונקטינן כבעל הפענע...


הסבר ביטע...

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 09, 2009 3:02 pm
דורך יגרסהדותא
שומרי החומות,וועקער זייגער,טשאנגאם,יגר

א. שטייט א יונגערמאן אין האלט אינמיטן דאווענען, שאקעלט זיך ביי ויברך דוד, סאום האי וואקט דורך משה דער צדקה גייער, וויל דער יונגערמאן אריינלייגן א קוואדער, מה יעשה הבן שלא יחטא די בב צופייפט זיך אים, אנשטאט אריינלייגן די קוואדער אינעם ריכטיגן לאך אז ס'זאל אריינפליסן אינעם פושקע, צופידלט זיך זיין רעכטע האנד אויפן בב און די קוואדער רינט אראפ אויף די ערד לדאבון לב כל המשפחה.. ווער איז שולדיג? ב"ב.

ב. געציל דער פארטאגס אויפשטייער זעהט יעדער אין ביהמ"ד אז סאמטינג איז פישי, ער גליטשט, ער איז נישט דער פון אמאל, נאך א חרישה וזריעה זעט שוין יעדער פארוואס, גאר פשוט, דער זיידע זיינער זאל רוען אין לעכטיגן גן עדן, פלעגט אויפשטיין פארטאגס דורך א האָן, די כפרה האט געקרייעט, און אפס, דער זיידע איז אויף. דער פאטער זיינער, נאר אינגאנצן איין דור שפעטער, איז שוין אויפגעשטאנען מיט א וועקער זייגער, און דער געציל דער אייניקל שטעלט אן דעם בב זאל אים פייפן פארטאגס, א טריפה'נע רימיינדער. ווער איז שולדיג? בב?

ג. ווער האט נישט געקענט "דוד דער בדחן", דער אידאך געווען א וועלטס מומחה, באקומען א "אא+" ביי יעדע מצוה טאנץ, וואס איז געשען אז איין טאג אויפן צווייטן ווייסט דער עולם דער איז מער נישט קיוט, ער איז ביטער, גארנישט, זיינע דזשאקס קאלעכן אפסייד דאון, נאך א פארגעשריטענע זוך אין גוגל ווערט מען געוואר דער סוד פון זיינע זיסע בדחנות, ער פלעגט קייען זיסע דזשאנגם!! לאכט לאכט, סטאטיסטיג האט געוויזן אז פון יעדע דריי דזשונגאם'ס איז ארויסגעקומען איין דזשאק. אזוי האט ער אנגעזאמעלט א וויץ נאך א לצה, פרוטה פרוטה מצטרפות.
היות אבער ער האט לעצטנס גערעדט אסאך אויפן בב - ס'איז א פאן אויך ווער ווער ס'ווייסט נישט - האט ער געמוזט אויפהערן צו עסן דזשאנגאם, האט זיך זיינע וויצן אויסגענוצט, נא וואנדער אז אין "נאוי טיים" האט ער געוועפט. ווער איז שולדיג? זיין בני בית.. אפסססס, זיין בב.

ד. יגר האט היינט אבאנטש צייט? פארוואס, ווייל ער האט נישט קיין בב. ווער איז שולדיג אין דעם תגובה? געלעגער.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 09, 2009 3:15 pm
דורך למעלה משבעים
איך האב נישט געזען דאס בריוו אבער לויט וויזוי איר לייגט עס אראפ זאג איך אייך אז דעתי הקטנה כבעל הפענע....
לויט ווי איך פארשטיי האט דער בעל הפענע געוואלט ארויסברענגען א מורא'דיגע נקודה, און איר (אולי מכח אייער ליבשאפט צום בב :wink: ) האט עס עפעס נישט ארויסגעהאט.
די נקודה איז איין ווארט, דער מענטש איז נישט קיין מענטש, ער איז א עבד כנעני צום בב, די רגע ער פילט דעם דריזל אז איינער שיקט אים עפעס אריין, גלייך פארלירט ער זיין שייכות מיט זיין ארום, ער פארגעסט זיך ווי ער איז און וואס ער האט געוואלט זאגן/טון און ער מוז זען ווער און וואס איז דאס.
לאמיר זען אזוי, מעשה א) איז א גאר שטארקע אופן ארויסגעברענגט דעם פונקט, נארמאלע מענטשן ווען עס רעגנט יאגן זיך אינטער, מען זיכט א שוץ ווי זיך צו באהאלטן, אבער דער איז עפעס נישטא אויף דעם פלאנעט, ער איז טיף טיף אין זיין בב, דאס איז אזאך וואס אפילו נאך פאר די צייטן פונם בב ווען עס איז געווען פשוט טעקסט מעסעדזשעס איז אויך נישט געווען אזוי, נישט אז עס איז עפעס ראנג צו שטיין אין רעגן, נאר וואס ליגט אינטער זיין שטיין דארט, דאס מיינט אז דער מענטש איז דאך גארנישט אויף דעם עולם.
מעשה נומער ב) האט בעצם נישט אזוי מיטן בב אבער דאך דער וואס האט דעם בב וועט כמעט אייביג אזוי טון, משא"כ איינער וואס האט פלעין א צעלולער נאך פון דער אלטע היים, וועט טראכטן הער מיר צו ר' יוד נישט אומזוסט איז דא אזא זאך ווי א וואויס מעיל, לאז מיר איבער א מעסעדזש מיינע הענט זענען יעצט פארנומען, וואס דער בעל הבב איז כמעט נישט אומשטאנד אזוי צו האנדלן.
מעשה נומער ג) איז אזוי, בעצם וואלט איך געטראכט אז דער יוד האב פשוט אנגערופן איינעם פרעגן די נעמען פון משפחה אויף וועם צו מתפלל זיין, אבער די נקודה וואס יענער האט געוואלט ארויסברענגן איז קלאר, אז נישט קיין חילוק ווי און אין וועלכען מצב וועט דער בעל הבב ווערן אויס מענטש אויב דריזלט זיין בב, און גלייך אויף הייבן אדער ליינען וואס ער האט באקומען.
ליידער ליידער, פיל איך דאס טאג טעגליך, בשיטה האב איך נישט קיין בב, מיינע חברים האבן יא, און מען קען האלטן אינמיטן א זאפטיגע שמועס, א געשמאקע דאווענען, א לופטיגע רייזע, אלל אוו סאדן, אלעס שטעלט זיך אפ, וואס איז?? ער האט באקומען א דריזל אינם בב..... און די שמועס ווערט צו'הרג'עט, די דאווענען ענדיגט זיך שוין אזוי אזוי, ביים רייזע ווערט מען אויפגעשאקלט פונעם פליען אהין און אהער, ווייל ער קען זיך נישט קאנצעטרירן וואס ער טוט ווייל ער דארף דאך ליינען וואס געצל שרייבט אים, פרעג איך אייך הזאת נעמי??
איך רעדט נישט פון דעם חלק פון רוחניות, איך רעדט פשוט וויזוי מען האנדלט מיט מענטשן, אנטשולדיגט ר' איד איך האלט דאך אינמיטן רעדן מיט אייך, איא? וואס איז דאס? קודם ענדיגט מיט מיר, דאן וועט איר זען דעם ווערטל וואס יענער האט מחליט געווען יעצט אויפן מינוט אייך צו שיקן....
אויב האלט איר אנדערש, אדרבה זיי מסביר.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 09, 2009 3:36 pm
דורך געלעגער
למעלה ווי איך פארשטיי איז, די ביסט א טעלעפאון פיינט...
די אלע משלים וואס די ברענגסט דא איז פינקט אזוי שייך ביי א פשוטע פאון, ס'האט גארנישט אין איינקלאנג מיט דאס בב.
דאס וואס די שרייבסט אז מעשה ב' דעי וואס האבען בב'ס וועלען עס געווענליך טוהן מאכט עס נאך נישט פאר א מציאות..
די ביסט גערעכט, ווען די בריוו זאל זיין וואו די שרייבסט אז מענטשען ווערען פארלוירען ווען ס'דריזעלט זיי אין פאר א ראי' וועסטו ברענגען די פוינט אז אפילו ווען מ'רעדט צום אויבערשטען פארגעסען מענטשען זייער ארום, פארשטיי איך דיר,
אבער נעמען א מעשה וואו שפאצירען אין א רעגען?? איך בעטיך....
נישט אזוי איז די וועג פין ארויסברענגען דיין שנאה... אין מיט א בב האט עס זיכער נישט קיין שייכות...
יעצט מעשה ב'
איז אינגאנצען נישט אין פלאץ,
אויך מיר א פראבלעם אויפציהייבן די טעלעפאון ווען מ'האלט א אינפענט-סיט... אין ווייטער, גארניט קיין שייכות צי א בב..

מעשה ג'
יא א פראבלעם, אבער בב איז שולדיג?? קיינמאל..
יגר'לס משל איז די ריכטיגע ענטפער פאר אזאנע שטותים,
יגר איך קען עס שיקען פובליק?

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 09, 2009 5:01 pm
דורך שטארק זיך
געלעגער האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:מחולק!!! ונקטינן כבעל הפענע...


הסבר ביטע...

האסט א מינוט? ווייל ס'איז אמעשה פון א שעה...
אלזא צום פינטל.
אט האט איר נאך דריי מעשיות:

א. משה זיצט זיך אזוי ביים סאפער טיש צוגעטשעפעט צו זיין בב, איגנארירנדיג זיין ב"ב (בני בית.... כידוע ליודעים זענען די דערמאנטע צרות זו לזו), די לעצטע, וועלכע שרייט שוין צום וויפילטן מאל מויויויויויוששששי. כאפט ארויס דעם בב משה'ן פון האנט, פארשליידערט דאס אויפ'ן אינדערערד, און שרייט: עסן סאפער זאלסטו ביי שמערל'ען, און מיט מיר זאלסטו בעריען, פארשטאנען!
(געהערטפון שמערל).

ב. ביים לוי' פון א אינגע מאמע וואס איז נעבאך פריצייטיג אוועגעריסן געווארן פון אירע פיצעלעך, באמערקט דוד אויף יענקל, ווי ער צושמייכלט זיך אזוי אונטער זיין מאסטאזשע (שנאוטץ בלע"ז).
נישט גלייבנדיג זיך די אויגן רוקט זיך דוד צו אביסל נענטער צו יענקלען... און וואס מיינט איר?.. יא ער איז פארטיפט און זיין... בלעקבערי.
איז אזוי, דוד האט יענקלען נישט געפרעגט וואס די געלעכטער איז, אבער לויט די יודעי דבר איז דאס ווארשיינליך געווען אן אנקומענדער וויץ אויפ'ן בערי.

ג. אין א טונקל בלויען דינסטיג אופדערנאכט, איז אין די שטאט ג. פארגעקומען די גרויסע חתונה פון ר' ד. פון די שטאט ץ. עם מחותנו שליט"א...
פעסט פאווארד.... פרעהלאכע טענץ, דער עולם הייבט זיך, און פארוואס דען נישט, נישט יעדן טאג מאכט ר' ד. חתונה זיין אינגסטע בת יחידה....
חייקל שפאצירט זיך אזוי מיט מיט'ן טאנץ-רינג ווען אויף זיין פנים איז ארויפגעשפריצט אן אנגעשטויסענע מינע, וואס איז?
ס'אנגעקומען א טעקס מעסעדזש אז א אינגע מאמע וואס איז נעבאך פריצייטיג אוועגעריסן געווארן פון אירע פיצעלעך...

רבותי! ווען דער נאר וואלט נישט געווען מיינער, וואלט איך אויך געלאכט.
יא אדון געלעגער, נישט דווקא בלעקבערי.... אמת, אבער פארט.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 09, 2009 5:24 pm
דורך קרעמער
געלעגער שרייבט שטענדיג גוט, און טאקע דא איז ער נישט קיין אויסנאם.

דאס נעמט אבער נישט אוועק די גרויליגקייט פונעם בלעקבערי!

אפילו די וואס זענען דאס מערסטע אדיקטעד דערצו וועלן דיר מודה זיין אז זיי האבן פארלוירן דאס רואיגקייט אין לעבן א דאנק דעם כלי מכשיר/משחית. ביודעי ומכירי קאמינא, מענטשן שטעלן דאס פאראויס פון שלום בית, די קינדער, די אמת'ע גוטע פריינט וואס ווילן שטיין אין ווארט מיט דיר, און רח"ל דעם רבוש"ע ביים דאווענען.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 09, 2009 5:33 pm
דורך געלעגער
שטארק זיך איך וועל דיר ענטפערען אויף דיין שטייגער,

זיצט ר' מיכל אין NYU אינגאנצען ציבראכען, זיין מאמע איז שוין אין שפיטאל אפאר וואכען אין דאס קומען אין גיין קאסט אים א הון רב, זיין מצב הפרנסה איז שוין אזוי אויך איי ייי ייי ער ריפט אן זיין חבר, אפשר איז ער אין די געגענט, זיין חבר הערט אים צי אין ריפט זיך ערשטוינט, האסט נאך נישט געהערט פין די ארגענעזאציא וואס הייסט חסד? גיב זיי א ריף אין די וועסט זיין א געהאלפענער, ער ריפט חסד אין אזוי רעדענדיג צי זיי פארט ארויס א טעקסט מעסעדזש, (יא, יא, אויף די בב'ס) אין ביז צעהן מינוט איז איינער געוועהן אינטען ביי די שפיטאל ....

מעשה ב'
חייקל די בעל עגלה (היינט האט ער שוין א סטעשען וועגען... שוין גארנישט קיין פערד..)
פארט אזוי געמיטלעך אויף א שטילע ראוד נעבען די שטאט מאנסי, אזוי פארענדיג הערט ער א גריצל ביי איינע פין די רעדער אין פאר וואס וואו ווען טרעפט ער זיך מיט א רעדעל אן ליפט,
וואס טוהט מען דא? ווער קען מער העלפען אין אזא זייגער (אז די ווילסט דוקא קענסטו ווייטער שפינען אז ס'איז געוועהן א פראסטיגע נאכט, קיין נפש חי' האט זיך נישט באוויזען אויפן האריזאנט, א-חוץ די פאלענדע שניי שטיקלעך האט מען גארנישט געזעהן.... וכו' וכו'..)
נישט קיין פראבלעם ער נעמט ארויס זיין סעלער אין ער ריפט די חברים ארגענעזאציא א טעקסט מעסעדזש פארט ארויס אין ביז צוואנציג מינוט איז חייקל א געהאלפענער..

וואס איך מיין ארויסציברענגען איז, אויף יעדע זאך קען מען קוקען אויף די האלב גלעזעל וואס איז פיל אדער אויף די העלפט וואס איז ליידיג,
והבוחר יבחר....

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 09, 2009 5:57 pm
דורך שטארק זיך
רב געלעגער: וואס איז אייער מיינונג איבער א גאן (ביקס)?

מעשה א. פארוואגלט זיך א בער אין א קעמט, לויפט נאך קינדער... ביז ס'קומט א פליס און געט א שיס....
מעשה ב. אוואפנטע פארברעכער ברעכן זיך איין אין א הויז..... נעמט ארויס זיין ביקס און גנב אנטלויפט.

בקיצור אויף וועלכע האלב גלעזל זאל איך קוקן.

למעשה מיין איך אבער הרב געלעגער אז מיר עגריען, לאמיר אינאיינעם אויסשרייען:
אלעס האט א צייט און א פלאטץ, מען דארף וויסן ווען אן וואו צו ניצען וואס.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 09, 2009 8:05 pm
דורך ביקסאד
שטארק זיך האט געשריבן:אלעס האט א צייט און א פלאטץ, מען דארף וויסן ווען אן וואו צו ניצען וואס.

דאס איז ביי יעדע זאך, אן געהויבן ביי דעם טעליולער, דער טאטע פון דעם ב"ב.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 7:52 am
דורך farshlufen
פאר די שווארץ זעער ויש קוראין אותן אלט טיימערס:

בילד # 1
גייט א אינגערמאן אין רוישיגן גאס
זייער שווער צו היטן אויף די אויגן כבבת
ער ליגט דאך נאך נישט כל כלו אין ש"ס
וואס טוט מען אויף אז זיין נשמה זאל נישט כאפן חלילה קיין קראץ?
ער נעמט ארויס זיין ב"ב פון באשטימטן פלאץ
אין לייענט אפ אין קרעטשמע אן ארטיקל אדער א זאץ.

בילד # 2
זיצט אונזער אידל ביי די גמרא
מיט א קאפ א קלארע
פאלט אים ביי א חידוש א סברא
נעמט אפיר דעם מאשין בעזר כל ברא
און קלאפט אריין א פשעטל בעלותי ההרה.

איצט פארן צד השני:
דיסקלעימער, עס איז נישט מעשי ידי..

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 9:24 am
דורך farshlufen
בילד # 3
ר' גימפל א פארנומענער בעל הבית
פלאגט זיך אויף פרנסה ביטער ווי עלה זית
צומאל מאכט זיך אז ער האט אינמיטן טאג
עטליכע מינוטן א אידיש ווארט צו געבן זאג
ער שטעלט אן זיין טעלעפאן סיסטעם
צו טרענפערן אויטאמאטיש צום סעליולער גלייך צו אים
אין פאל עס זוכט אים נאר ווער
זאל ער אים טרעפן שנעל אן א שטער
דערווייל ער פארט צו אין שול
לערנען חק אדער וואס ער וויל
ווען נישט דעם טעלפאן וואס ער האט ביי זיך
וואלט ער אין אפיס געבליבן אויפן בוך
אזוי פונקציונירט זיין ביזנעס פון ווייט
און ער כאפט אריין א בלאט נאך א בלאט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 10:36 am
דורך איך_הער
פארשלאפן, מעשה 3, איז מורא'דיג, סיז מיר קיינמאל, (כ'שעמעך.) נישט בייגעפאלן צו טראכטן אזוי..

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 6:09 pm
דורך געלעגער
בשעת'ן אפקלאפען די ארטיקעל האב איך נישט ג'גלייבט אז ס'גייט ווערען אזא ערנסטע שמיעס דערפין,
אבער אז ס'איז שוין יא אזוי לאמיך מסביר זיין אביסעל מער וואס מיך באדערט,

דאס איז זיכער אז א טעלעפאון האט גוטע אין נישט גוטע חלקים,
מ'קען מיט דעם טוהן טובות פאר יודן, אדער וואו הרב שינה ברענגט ארויס מיט זיין גאלדענע פענע,
אין אויך קען מען טוהן דערמיט עבירות וואו אפאר האבען ארויסגעברענגט ובתוכם דער מייסד,
צו דעם זענען מיר אלע איינשטימוג.
אויב אזוי, ווען מ'זעהט א איד טוהן עפעס וואס איז אינדערמיט, ס' מיינט נישט קיין מצוה אין נישט קיין עבירה א-וואו די אויבענדערמאנטע משלים,
מ'האלט א קינד אין די פאון קלינגט אין מ'נעמט די קאלל...
יעצט, א איד וואס קוקט קרום אויף די גאנצע מהות טעלעפאון וועט דאס אויך ניצען אלס א באווייז, אין צי געבען א קרעכץ, אוי... די דורות פאלען...
אבער א איד וואס קוקט מיט נישט קיין סאן גלעסעס (בלשון נקי') וועט דאס אפילו נישט באמערקען,
אין דא קומט מיין משל פין די האלב פילע גלעזעל.....

שטארק זיך, זעמער אייניג?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 6:26 pm
דורך שטארק זיך
אקעי, ארויפגערוקט די זון-ברילן... ס'מילא פארוואלקענט...
כ'האב'עם געזען 'פארשלאפן' אויפ'ן 'געלעגער', בינעך שטיל!

יא געלעגער, זעמיר (איין מינוט.. מיין סעלפאן ציטערט) אייניג.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 10:37 am
דורך ווער בין איך?
איך גלייך עס צו פייער אדער וואסער,
עס קען זיין גוט און עס קען זיין שלעכט. אבער ווייל מען קען טוהן שלעכטע זאכן מיט דעם מיינט נאך נישט אז עס איז אינגאנצן שלעכט....