Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

שא!!! איך וויל רעדן אפאר ווערטער! דער עולם זאל זיך זעצן!

מאנטאג יולי 27, 2009 12:58 pm

....
עטעטשמענטס
Grose3.gif
Grose3.gif (206.66 KiB) געזעהן געווארן 16483 מאל

Advertisement

מאנטאג יולי 27, 2009 1:09 pm

א טראפ העכער איך הער נישט, אפשר שרייבסטו אונז וואס ער זאגט דארט

מאנטאג יולי 27, 2009 1:13 pm

איך קוק און קוק, און שמייכל און שמייכל, א גרויסע שאד, אז ס'איז דא א שיינער עולם וואס דרייטעצך נישט דא, און זיי גייען נישט קענען הנאה האבן דערפון.

יישר כח גרויזי.

מאנטאג יולי 27, 2009 1:16 pm

איך וויל דא מגלה דעת זיין, אז איך האב ח"ו נישט געמיינט קיינעם צו באליידיגן, און אויך ווען איך דערמאן אינמיטן אפאר ספעציפישע ניקס אינמיטן די דרשה, זאג איך עס נאר פאר א משל אז מען זאל פארשטיין במה דברים אמורים און פארוואס דאס איז א פירצה וואס פארלאנגט זאפארטיגע שריט, דאס איז א זאך וואס איך האב באשלאסן צו נעמען אין מיינע הענט, און איך בין גרייט אויף אלעמען!

מאנטאג יולי 27, 2009 1:29 pm

אזויווי איך הער צוריק אז דער עולם איז זייער דיסעפוינטעט פון מיינע ווערטער, וועט באלד אריינקומען איינע פון די גרעסטע בעלי מנגנים און אפזינגען א שטיקל -אן קיין מוזיק, כדי אפצוקילן די געמיטער.

מאנטאג יולי 27, 2009 1:35 pm

גרויזאמער, דאס איז דיין ספירה-בארד?

מאנטאג יולי 27, 2009 1:39 pm

שא, ברוכים הבאים צום וועלט בארימטן זינגער, מען בעט דער עולם זאל זיך האלטן רואיג!
עטעטשמענטס
Lipa.gif
Lipa.gif (211.21 KiB) געזעהן געווארן 927 מאל

מאנטאג יולי 27, 2009 1:53 pm

טויגסט אייזן!

מאנטאג יולי 27, 2009 3:15 pm

דאכט זיך אז איך האב שוין געזעהן דא און קרעטשמע די גאנצע קליפ, אבער אזאנס צו מאכן קען נאר גרויזאמער.

מאנטאג יולי 27, 2009 3:48 pm

פשיהא.. ס'ארא פערפארמענס.. די מוזט ארויסגעבן די טעיפס. דא ווי איך זיץ, האט מען קיין ווארט נישט געהערט! נישט נאר איך, אלע וואס זיצן דא ארום מיר זאגן די זעלבע זאך! איך בין נייגעריג צו איכער וואלט מיר געקענט איבערזאגן די דרשה.. די ניגון!? טפוי! כאמאזעל כאבעס נישט געהערט, אין די ניין טעג! זאג נאר גרויז'ל, גייט זיין טעיפס אויך דערפון? אדער נאר סידיס? מען קען עס שוין אריינלייגן און 'נגינה' אשכול?

מאנטאג יולי 27, 2009 6:07 pm

גרויזי די ווייסט ווי פאני די ביסט?

איך קום אריין אין קרעטשמע אין איך זעה אז גרויזי האלט א דרשה, נו, קען איך דען דאס פארפאסען? איך טוה אן די גארטעל איך ריש מיך צי הערען עפעס א קנאק פין א דרשה לכבוד חודש א"ב, אין גארנישט, מיין ספיקערס זענען געגאנגען א גאנג (ווי?) זיי קאאפערירען נישט..
איך זאג למנצח זיבען מאל, אפשר וועט די שטן ארויספליען פין דארט אבער נאפס....


די ביסט פאר די ביכער.

מאנטאג יולי 27, 2009 6:10 pm

גרויזאמער האט געשריבן:....


דאס איז דאך משה קאפויער!!!

מאנטאג יולי 27, 2009 6:21 pm

אוי ביסטו משוגע גוט (ויש גורסין איפכא).

איך האב שיער נישט אנגעצינדן די ספיקערס..

מאנטאג יולי 27, 2009 9:00 pm

אז גוט (משוגע) וואלט קליין געמאכט, וואלטער זיך געקענט זעצן אויף א דעקל פון א סאדע באטל און שאקלען מיט די פוס..

מאנטאג יולי 27, 2009 9:01 pm

;l;p-
יוא דיד איט עגעין

דינסטאג יולי 28, 2009 11:56 am

יענקל, כ'מיז דיר זאגן, איך בין היינט געווען ביי א דרשות התעוררות אין יאקולסבערגער ביהמ"ד אויף פלאשינג און 53סטע סט. דער בעל דרשן דארט האט ארויסגעברענגט א מוראדיגער פוינט וואס איך קען דיר עס ניטאמאל נאכזאגן..

ער האט ארומגערעדט פון אלץ און אלעמען, מענטשן זענען דארט געשטאנען פארגאפט! דער זינגער איבעראלעמען האט געזינגען אזוי ווארעם, אז לכבוד די ניין טעג האט מען דאס געמאכט עטוואס שטילער ווי געוענליך, אבער מיט דעם אלעס איז דער עולם געווען שאקירט דערפון.

גרויזי, ביסט קוקו!

דינסטאג יולי 28, 2009 11:59 am

גרויזי, איך ווייס נישט וועם מ'הער העכער, זיין דרשה, צו מיין לאכן, אבער איך האב געלאכט הויעך אויפן קול..

טיפיקל גרויזי.

מיטוואך יולי 29, 2009 2:19 pm

אזויווי איר האט אלע געזען גרויזי'ס דרשה און דערהערט ווי ער ברענגט ארויס א נושא וואס די בארד פון געמקא האט זיך אויפגעהערט הייבן (משה קאפויער?), אזש ס'געווען אזוי שטיל אז מ'האט ממש געקענט הערן א נאדל פאלן בשעת'ן דרשה! דער עולם איז געזעצן מיט'ן נאז אראפ, רויט פון בושה :oops: און געל פון טרויער :-(. מיר האבן נישט געוואוסט ווי זיך אהין צו טוען ווען ער האט ארויסגעברענגט דעם ערשטן שפיץ גאפל אויפ'ן לעפל פלאך. איינגגעזונקען אין בענקל האבן מיר פאכמארעהייט צוגענויגט די אויגן צום פינפטען שעה פון דרשה, געוואלד! ווי אזוי וועלן מיר אויסזעהן נאך די הונדערט און צוואנציג (שעה)??? אוי עלינו ואוי לשבח!

אבער ווי נאר עס איז אדורך אפאר שעה (קרעטשמער צייט) איז געקומען א דערלייכטונגונג.
געקומען איז א איד מיט א גאלדענע (הארץ) [בעקישע] מיט'ן נאמען (ארויסגענומען דורכ'ן צענזור) און אריינגעזונגען א האפענונג און א טרייסט און אן ערוועקונג (עורה בלה"ק), אז אפילו אזעלכע פשוט'ע אידן ווי אונז וואס גייען אויפ'ן דרך זייט זיי זענען געבוירן (בערך), טאר מען נישט אויפגעבן ווייל אלעס איז א גלגל החוזר און ווי דער סבא קדישא פלעגט זינגען חלום חלמתי מיט א געוואלדיגן בטחון! שרייענדיג "אל תדין את חבירך" ווילאנג דו האסט נישט יענעמ'ס יארן, וואס דארפן מיר קוקן וואס זאגט יענער? דו! הער אויף הייב אן לעבן פאר זיך! יו מאסט קערי אן! אילו ישראל שמרו שבת אחד וואלט מען נישט אום שבת גערעדט!!!

משה'לע! פירט אויס דעם ווארמען זינגער, איין זאך זאלסטו האבן גוט אינזינען: מען דארף באהאלטן א ניגון אן אלטען!!!

פרייטאג יולי 31, 2009 9:14 am

נאך איין מזל אז כאבעס היינט געזעהן... אנישט וואלטעך געלאכט אין די ניין טעג....

גרויזי, ביסט....

דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 1:04 am

שוין לאנג נישט געלאכט אזא גיטס!

שבת אוגוסט 15, 2009 9:52 pm

גרוזי, זעלטן כ'פאל אריין דא אין פארברענגן.. און דאס האט מיר געקאסט דעם טייערן פרייז פון פארפאסן דיינע וועכענטליכע בעלי דרשנים.. כ'פארשטיי נישט פארוואס די טראגסט זיי אינעם זייטיגן חדר ה'פארברענגן, ברענג זיי געהעריג אריין אין ביה"מ דקהילתינו.. זאל ידעדער האבן די שאנס זיי צו הערן.. עטליסט זאל זיי רעדן אין קרעטשמע..

בקיצור, כ'וועל דיר זאגן וואס כ'נעם ארויס פון די דרשה.. ער רעדט דאך בדברים העומדים על הפרי.. נו וועלכע פרי?? הוי אומר זה ה'בלעקבערי! ער ברענגט ארויס א מורא'דיגע נקודה! אז וואס? אז ווען דו זעהסט אז דו האלסט שמאל מיט לייווס, נעם נישט די ריסק! פרוביר נישט אנצויאגן מיט די פוינטס! זיי נישט ביזי שיסן מיט דיין לעזער / מיטן גאן! (דא ווערט ער שטרענגער..) ווי קען מען אויף זיך נעמען די אחריות פון אפ'הרג'נען א געים בלויז צוליב די נישטיגע תאוה פון רייך ווערן מיט פוינטס?! לאז די פליפ פאר א צווייטען! מוזט נישט אייביג כאפן אלעס! אויף די וועלט איז נישט דא קיין שלימות! (דא לאזט ער אביסל נאך פון זיין שארפקייט.. ווערט ער אביסל ווייכער..) אז מ'האלט זיך אן די פאר רגעים האט מען צום סוף נישט חרטה! כ'זאג ענק כ'רעדט פון עקספיריענס.. ס'וועט נאך קומען גוטע צייטן ס'וועט קומען השפעות טובות, מולטי לאנג לייוו'ס, אזויוי די פסוק זאגט ושמחת בכל הטוב - און די מפרשים זאגן דארט אויפן פלאץ - אז דאס מיינט ווען ס'קומט פון אויבן א לייוו און א גאן בבת אחת בב'א! יתגדל..

ע"כ וואס כ'האב ארויסגענומען פונעם דרשה.. נעקסט טיים זאג קודם אז ס'איז נאר געמאכט פאר די וואס האבן א ב"ב..

זונטאג אוגוסט 16, 2009 1:58 pm

צום זאך. ;l;p-

מיטוואך אוגוסט 19, 2009 2:21 pm

גרויזאמער און צום זאך, צוטיילטס ענק. ;l;p- ;l;p- ;l;p-

שבת יוני 21, 2014 10:52 pm

אצינד איבערגעהערט די דרשה, מורא'דיגע ווערטער!

דער ניגון איז שוין אביסל אףף טעיסט אבער די דרשה, ממש נאך אלץ נוגע פינף יאר שפעטער.

נישט קיין וואונדער ער רעדט צו 16,000+ מענטשן בלע"ה.

שבת יוני 21, 2014 11:33 pm

גוטע וואך, אין א מצש״ק הערט מען נישט קיין ערב תשעה באב דרשות
שרייב א תגובה

Advertisement