בלאט 1 פון 1

וואס איז דער סייט פונקטליך ?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 04, 2006 2:27 pm
דורך שוועמל
עס עפענט זיך מידיא פלעיער און מען זעהט שיינע אידישע אונטערהאלטונגען


אויף דער רגע שפילט מען דארט מיט א פידל.

כ'אב מורא אז ס'יז קרעמער.. ער איז יעצט נישט דא אין קרעטשמע.
מסתם איז ער דארטן

http://switch3.castup.net/cunet/gm.asp?ai=274&ar=live

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 04, 2006 2:36 pm
דורך קרעזי
איך זעה נישט דארט עפעס עקסטער. עס זעהט אויס ווי מען גרייט זיך אן צו א פארשטעלונג אד"ג. גיי ווייס.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 04, 2006 2:38 pm
דורך איך_הער
קרעזי פראביר יעצט נאכאמאל, שלמה'לע זינגט יעצט.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 04, 2006 2:46 pm
דורך שוועמל
דאס קומט פאר אזויווי א אידישע טיילוויזשין, מען שפילט כסדר עפעס אנדערש

מיט א מער כשרע אינהאלט

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 04, 2006 2:47 pm
דורך קרעזי
פריער איז געשטאנען אז עס איז פון ערכים, אן ארגאניזאציע וועלכער איז פארנומען מיט צוריקברענגן אידן צום אידישן רעליגיע.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 04, 2006 11:11 pm
דורך קרעמער
פארוואס זעה איך גארנישט? איך דרוק דעם לינק, עפענט זיך אויף א כמו וועבזייטל, אבער ער ווערט פון זיך אליין פארשווינדן נאך עטליכע סעקונדעס, ממש ווי אין וואסער אריין, בילא מאוועס נעצאח

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 05, 2006 1:01 am
דורך מעסטערמיינד
קרעזי האט געשריבן:פריער איז געשטאנען אז עס איז פון ערכים, אן ארגאניזאציע וועלכער איז פארנומען מיט צוריקברענגן אידן צום אידישן רעליגיע.


כ'ווייס נישט פון וועלעכע רעליגיע דו רעדסט אבער זיי רעדן ליידער פון גאר א צווייטע רעליגע איך האב אביסל עס געקוקט נעכטן נאכט גלייב מיר אז עס שטייט ווייט פון אונזער אידישקייט, און איך מיין נישט דוקא ציונות, איך זאג נישט אז אלעס איז שלעכט אבער וואס איך האב געזעהן איז נישט גוט געווען.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 05, 2006 8:51 am
דורך קרעזי
ווייס איך נישט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 07, 2006 12:29 pm
דורך יעקב אלי בראך
אויב איז עס אזוי ווי מעסטערמיינד זאגט מוז מען עס אויסמעקן, מען וויל דאך נישט דא ברענגן אפיקורסישע זאכן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 07, 2006 12:35 pm
דורך סאכדעס
ביי מיר עפענט זיך עס נישט ברוך השם, ביי JNET עפענט זיך עס יא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 07, 2006 1:05 pm
דורך ישראל_הלוי
עס איז א סייט וואס רופט זיך די קודש קאנאל. The Kodesh Channel TKC אצינד זינגט דארט דער זינגער דוב שורין..

(זיי האבן אויך שיעורי תורה געווענליך.)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 07, 2006 1:08 pm
דורך ישראל_הלוי
אז מען זוכט טרעפט מען. דאס איז זייער וועבזייטל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 07, 2006 1:08 pm
דורך ישראל_הלוי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 07, 2006 1:49 pm
דורך סאכדעס
יישר כוח ישראל_הלוי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 07, 2006 2:48 pm
דורך קרעמער
יישר כח ישראל'יק, און וועלקאם טו די קרעטשמע קלאב.