גריסן און שמועסן
זונטאג דצמבר 03, 2006 12:11 pm
איך פארשטיי איך האב פארגעסן צו לייגן נקודות ביים קאפל. אבער ווען איך זאג אייך אז עס באלאנגט מיט נקודות וועט די קשיא פון זיך אליינס ארויפשווימען ווי די פתיל צף ביים ערשטל גלעזל אינעם אכטן טאג חנוכה.
געווען איז דאס דעם שבת, דער בעל קורא ליינט "יגחר שהדותא" מיט א פתח גימל גוי. און א מאן דהוא פון די פאליש זיצער שרייט אריין "יטגטר שהדותא", דער עולם שמייכלט, איינער שרייט צוריק "יגחר שהדותא", דער צווייטער שרייט "נו!!! יטגטר!!!" "נו!! יגחר!!" עס ווערט א געטומעל. עס ווערט קולות. א דארע הויכע אינגערמאטשיקל פאלט חלשות. וואסער! יטגטר!!! יגחר!!! הצלה!!! שששאאא!!! די ראש הקוהעל אויפן באלעמער מיטן בעל קורא צוזאמען קוקען זיך אום מיט בייז וואונדער. דער עולם איז צוטיילט אין פיר, איין חלק שרייט יטגטר, די צווייטע יגחר, די דריטע שושקעט, די פערטער איז א אינגערמאן וואס ליגט אויף דר'ערד אן קיין צייכענעס פון לעבן.
ווען נישט וואס גרויזאמער איז צוגעגאנגען און אריינגערוימט אין אויער פאר דעם דארן אינגערמאטשיקל "יגרל, מען האט נישט דיך געמיינט, מען האט פשוט פארבעסערט דעם בעל קורא" וואלט דער אינגערמאן נאך אלץ נישט געקענט קומען צו די כוחות.
הפנים --וועא"מ--, געבליבן איז אז מען ליינט יגחר, אבער נאכן דאווענען ביים קידוש האט דער פון דער בעק געזינקען פאר בושה, "מיר איז געליגן אין קאפ יטגטר'ל, נישט אזוי?" "יא מיר אויך!" רופט זיך אן מער א פערציג יעריגער מיט א פעסט געבויטע געשטאלט, "יגרל? מה זה?" מורמעלט דער רב ארויס פון אונטער די פארשמירט-מיט-גרעיפ-דזוס לעפצן. נאך א לענגערע דין ודברים צווישן די חברי הקהילה, האט דער ראש הקוהעל באשטעטיגט די רעזאלוציע, אבער אין גאר קורצע ווערטער, אז די וואס ווייסן נישט פון הונטער די קוליסן זאלן נישט פארשטיין "פון היינט און ווייטער: יגחר'ל!.
שוין יארן וואס גרויזאמער איז נישט געשפרינגען אזוי פאר שמחה.
Advertisement
זונטאג דצמבר 03, 2006 12:14 pm
העלל נאו, מיר טוישן נישט, ביי אונז און דארף איז עס דער אלטער יגר'ל, מיט א קאמעץ.
זונטאג דצמבר 03, 2006 12:17 pm
זונטאג דצמבר 03, 2006 1:02 pm
טאקע א גוטס, אבער אזויווי יאנאש האט שוין געזאגט, ביי אונז וועט ער ווייטער הייסן יגר'ל מיט א קמץ.
זונטאג דצמבר 03, 2006 6:15 pm
יגר'ל מיט א קמץ און א למד צום סוף בלשון חבה.
זונטאג דצמבר 03, 2006 10:36 pm
גרויזאמער,
וואונדערבאר, אין מילים.
חחחחחחחחחח
פרייטאג מרץ 28, 2008 10:54 am
איך זיך אן אשכול, נישט דאס גראדע, אבער דאס האב איך געליינט,
גרויזמער, איך האב גוט געלאכט.
פרייטאג מרץ 28, 2008 10:58 am
אבי, גייסט כאפן פון מיר...
איך האב שוין געמיינט אז גרויזאמער האט געשריבן א נייער ארטיקל.
אבער איך רוף אום סייווי ווייטער יטגטר'ל.
פרייטאג מרץ 28, 2008 11:58 am
יגר, ענטפער, וויאזוי ריפט מען דיך אויס צו די תורה? וויאזוי שטייט און דיין כתובה? נייתא ספר
פרייטאג מרץ 28, 2008 12:00 pm
צו די תורה: יעמוד מורינו הרב וכו'
אין די כתובה שטייט א געפערליכע זאך, אז איך מוז שפייזן דאס שטוב.
פרייטאג מרץ 28, 2008 12:01 pm
יגר, און דו פאלגסט?
פרייטאג מרץ 28, 2008 12:02 pm
ווען נישט וואלט מסתם שוין נישט געווען קיין כתובה...
פרייטאג מרץ 28, 2008 12:47 pm
מיינסט צו זאגן, אן אויסגעצאלטע כתובה.
זונטאג מרץ 30, 2008 11:52 am
טראכסט אז נאכן אויסצאלן די כתובה האלט מען עס?
זונטאג מרץ 30, 2008 12:44 pm
ווייסט, כ'האב פונקט געטראכט, וואס טוט יעדער מיט די כתובה, מ'פאלגט עס? איז עס א שאלה פון רבית אויב מ'געט איר מער געלט ווי ס'פארלאנגט זיך "ליזן ולהפרנס"? אויב איין וואך האב איך נישט קיין געלט, קען זי מיך שיקן אן הזמנה לדין תורה? צו זאגט מען היות זי האט שוין מסכים געווען אזוי ווי ס'שטייט געשריבן: וצביאת מרת סהדותא בתולתא דא והות ליה לאנתו קען זי גארנישט פארלאנגן?
נאך א פראגע: קען מען שרייבן אזא תגובה פון כתובה ענינים אין א יגר'ל אשכול?
בקיצור איך בין זייער צומישט. טיפיקל יגר'ל
זונטאג מרץ 30, 2008 5:46 pm
כ'מיין אויך אזוי, אז דו ביסט צומישט.