בלאט 1 פון 1
וועלכע זויערע אוגערקעס זענען בעסער?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 03, 2006 8:20 am
דורך קרעזי
ביטע נישט נעמען פאר לייכט... עס האנדעלט זיך פון אן ערענסטע פראגע וועלכע איהר זייט איינגעלאדענט אנטיילצונעמען אין דאס פארענטפערען.
גלייכט איהר די היימישע אמעריקאנע אוגערקעס אדער האלט איהר אז די אוגערקעס פון הייליג לענדל (די וועלכע קומען אין די קאנזערווען פושקעס- בני דרום אד"ג) זענען בעסער?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 03, 2006 10:08 am
דורך יאנאש
איך גלייך נישט קיין זויערע איגערקעס בכלל, אבער אויב עפעס איז זיכער די אמעריקאנע.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 03, 2006 1:07 pm
דורך 3x0
בני דרום .
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 03, 2006 2:30 pm
דורך קרעזי
אכטונג, אכטונג! טייערע אידן רחמנים בני רחמנים, לויפט און געבט אפ אייער שטימע ווי אמשנעלסטן פאר די שטים בודקעס ווערן פארמאכט!
וועלטליכע נייעס וועט נאכפאלגן די אדווערטייזמענט.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 03, 2006 3:44 pm
דורך מעסטערמיינד
אונגאר'ס גערקינ'ס
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 03, 2006 4:26 pm
דורך קרעזי
גערקינס? אוי וויי בורא איינציגער...
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 03, 2006 4:39 pm
דורך מעסטערמיינד
זאג נאר קרעזי איינער,
און אפשר מעג איך וויסען וואס האסטו קעגן געשמאקע גערקינ'ס?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 03, 2006 5:10 pm
דורך קרעמער
ווען איך האב געשטימט פאר די אמעריקאנע, האב איך גערעדט סיי פון גערקינ'ס און סיי פון די גרויסע וואס מען געט ביי די שמחות אין א שיפעלע טעלער, המממממממממ
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 03, 2006 6:06 pm
דורך איך_הער
איזראעלישע, במלח נישט בחומץ.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 03, 2006 9:36 pm
דורך קרעזי
איך האב נישט עפעס ספעציעל קעגן די גערקינס גופא, נאר קייגן די קערעלעך די קליינטשיגע וועלכע קוקען ארויס פון יעדע שפאלט דערפון גרייט צו פארצוקען ווער עס שטייט זיי אין וועג....
על טעם וריח אין להתווכח!
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 03, 2006 10:13 pm
דורך שוועמל
וודאי אמעריקאנע. די לויזע פיקל וואס מען קויפט ביי פלאמ'ס אויף ליע ווילסאן אההההההה א ריח גן עדן ממש.
איזזראלישע קומט דערין חומוס מיט באמבו, עכ"פ אזא טעם האט עס..
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 04, 2006 11:11 am
דורך דארפסמאן
פלאמס איז די בעסט אין דאס וואס מען געט ביי חתנות איז נישט גיט מסתם איז עס אלט
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 06, 2006 12:15 pm
דורך יעקב אלי בראך
באלט גייעט מען פרעיגן וואס סאיז בעסעיר א טענדזשערי אדער אראוינדזש? ביידע זענעין זייער גוט
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 06, 2006 3:19 pm
דורך דארפסמאן
אזוי האלטסטו אנדערע האלטן אחנדיש
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 06, 2006 4:23 pm
דורך קרעזי
אוודאי זענען ביידע גוט, דאס איז קיין פראגע. די פראגע איז נאר וועלכע פון די צוויי זענען בעסער, דהיינו, צו וועלכע פון זיי איז אייער צינג מער פאר'דביקות'ט...
אז די רעדסט פון א מאראנץ און א טענדזשערינע (גיי ווייס וואס איז די אידישע ווארט פאר דעם...), וועל איך דיר זאגן אן בושה און אן מורא אז איך האלט אז די טענדזשערינען שטייגען איבער די מאראנצען מיט א שמיץ אריבער... איי, וויפיל מיר פלעגן דערפון אויסראטען אין די זיסע ישיבה יאהרען. א רחמנות געווען אויף ווער עס איז געשטאנען אין די געגענט און זוכה געווען צו באקומען די קליפה החיצונה אויפן של ראש...
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 06, 2006 5:00 pm
דורך יגרסהדותא
טענדשערי (יוי מוטשע איך מיך דאס צו ספעלן) איז געשמאקער צוליב:
די קליינקייט
די באקוועמטקייט דאס אפצושיילן
אין טעם, זה וזה שוין, ביידע געשמאק
און ווען ס'האט נישט קיין קערליך, לית טב מיניה
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 06, 2006 5:07 pm
דורך מאשקע
איך מיין אז מ'זאל שוין עפענען א באזונדערע אשכול וואס ס'איז בעסער: אראנדזשעס אדער אכמאדאנידשעד... אופס, א טעות... אראנדזשעס אדער טענדזשערינס...
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 06, 2006 6:07 pm
דורך יעקב אלי בראך
איך האב עכט הנאה אז עפעס טוט זיך וועגן מיך כמיין אבער אז מקען נישט פון יעדע זאך מאכן א עקסטערע אשכול
וואס צוטון מיז מען פרעגן די מנהלי אחראי אזוי זע איך הייסט עס