בלאט 1 פון 2

בית החיים דקהל "היימישע קרעטשמע"

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 24, 2006 9:15 am
דורך זארעכפעפער
מעלדונג פון די כעוורעקעדישע!

אין אונזער בעס-אוילעם, קענען באגראבן ווערן אלע מעמבערס פון אונזער קהלה פריי אן אן אפצאל. אנטי מעמבערס וועלן בשום פנים ואופן נישט גראבן ווערן אפי' מיט אן אפצאל. קהל מעלדט אז ס'עט נישט העלפן קיין פודינו-געלט און אוודאי נישט קיין מצילנו-געשרייעכצער, ביטע דאס נעמען אין קענטעניס.

צו באקומען א שיין פלאץ אין אונזער בעסכאייעם, אדער אלע מעלדונגען; אנאנסען; און נייעס איבער אונזער כעוורע-קעדישע און אירע אקטיוויטעטן, זעט דא אין אונזער בולעטין באורד.

--
פה נטמן
אותו נערא דקהלתא הדין, והוא נער בן ששה חדשים. נפל בפתע פתאום על נהרא דהאדס"ן, ביומא קצרא דימי חורפא (תרתי משמע). ויבכו אותו כל הנערים. תהא ניקתו צרורה עד יעמוד לתחייה.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 24, 2006 9:34 am
דורך דארפסמאן
וואס זענען די תקנות

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 24, 2006 9:44 am
דורך זארעכפעפער
דיין קשיא קערט זיך אן צום בולעטין אשכול. פרעג אים דארט.

דא האסטע א שארטקאט אהין

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 24, 2006 10:12 am
דורך יגרסהדותא
אה נא, איך האלט אז ווער ס'זאל ווערן בערדיגט, און ווי טיף, ובכלל דער גאנצער עסק בלאנגט אויסדרוקליך פאר די נפטרים זעלבסט.

זיי זענען די הויפט מחותנים, קיינער האט נישט קיין רעכט זיך אריינצומישן און זייער פערזענדליכע שמחות

סארא חוצפה איז דאס, שטעלט אייך פאר די נפטרים זאלן אונז איינטיילן ווען און וואס מיר מעגן שרייבן...

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 24, 2006 10:30 am
דורך זארעכפעפער
נו, שלאג עס פאר אין בולעטין, מ'וועט עס דארט אויסארבעטן און אויסקנעטן.
אויך וועלמער ווארטן צו הערן וואס קהל זאגט אויף דיין פארשלאג.

טוה א קוועטש דא צום בולעטין און לייג ארויף דיין טאנע אויפן טיש, עמער זען וואס דער אוילעם האלט דערוועגן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 30, 2006 5:59 pm
דורך דארפסמאן
וויפל מענטשן זענען שוין דא ? = עס איז שוין דא מנין ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 30, 2006 7:30 pm
דורך בןהרחמן
זארעכ; איך מיין אז דו באקומסט דעם פאסטן פון "אנדערטעיקער"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 30, 2006 8:10 pm
דורך שוועמל
ברוכים הבאים בעני !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

יוי ביסטו אונטערגעוואקסן,,,,,,,,,, קיינעהארע

קוקסט שוין באלד אויס ווי דיין פאטער אב הרחמן


אוי,,,, מיט זיין שניי ווייסע בארד. אוי האט ער געהאט א צורה ..... פשי האאאאאאא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 30, 2006 8:43 pm
דורך Anonymous
בעני איז צוריקגעקומען ווייל די כעוורע קאדישע האבן איהם נישט געוואלט באגראבען ווייל ער האט זיך נישט געהאט איינגעשריבען ..
אין דאס איז א סעמפעל פאר יעדעם איינעם ווילט איהר נישט אויסקוקען ווי בעני דאן שרייבט אייך שוין איין ....

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 1:29 pm
דורך התאחדות
בד"ה דארפסמאן.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 1:38 pm
דורך מאשקע
ברוך מחי' המתים באני רעביט.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 1:40 pm
דורך צייטליך
מאשקע, זאג פאר די איבערדרייער דארט אויבן, אז זיי זאלן זיך אויפהערן ארומפאטשן און שלאגן, זיי וועלן נאך אנקימען אין בית החיים..

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 23, 2007 8:06 am
דורך cano
צייטליך האט געשריבן:מאשקע, זאג פאר די איבערדרייער דארט אויבן, אז זיי זאלן זיך אויפהערן ארומפאטשן און שלאגן, זיי וועלן נאך אנקימען אין בית החיים..
קיי היות מאשקע האלט נישט ביים זאגען, העל איך יאווען,

צייטליך פארמינער די געקפראסקעריי, איידער דיין בייכעל באטרעפט דעם בית החיים.

ובזה יצאתי.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 23, 2007 11:07 am
דורך סאכדעס
פון וואנעט ביסטע ארויס? הא?

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 23, 2007 11:08 am
דורך צייטליך
רוב זעכער פון די אשכול...

פארעפענטליכט: שבת פבואר 24, 2007 9:09 pm
דורך מאשקע
cano האט געשריבן:צייטליך פארמינער די געקפראסקעריי, איידער דיין בייכעל באטרעפט דעם בית החיים.

איך האב עס איבערגערעכנט עטליכע מאל, און די גימטריא שטימט נישט. ס'באטרעפט בכלל נישט די זעלבע, נישט מיט'ן כולל און נישט מיט די קהלה ומוסדות.

פארעפענטליכט: שבת פבואר 24, 2007 10:32 pm
דורך קרעמער
מאשקע האט געשריבן:
cano האט געשריבן:צייטליך פארמינער די געקפראסקעריי, איידער דיין בייכעל באטרעפט דעם בית החיים.

איך האב עס איבערגערעכנט עטליכע מאל, און די גימטריא שטימט נישט. ס'באטרעפט בכלל נישט די זעלבע, נישט מיט'ן כולל און נישט מיט די קהלה ומוסדות.


פארפאלן, א גוטס.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 10:42 am
דורך יגרסהדותא
מאשקע, ביסט איבערגעוואלדיג.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 3:32 pm
דורך איך_הער
כאטש פון מיין זייט זעט עס אויס ווי איך וויל פלעין מוסיף זיין א תגובה, וועט מיך דאס נישט אנגיין, איך מוז גראטולירן מאשקע'ן פאר די וויץ.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:12 pm
דורך סאכדעס
מאשקע, מצטרף אני לכל אשר יהללוך.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:17 pm
דורך איך_הער
סאכדעס האט געשריבן:מאשקע, מצטרף אני לכל אשר יהללוך.


ברויך ווען נישט שטיין, לכל אשר הללוך?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:32 pm
דורך cano
ווענט זיך צי נאך איינער העט זיך מעלדען מיט לויב ווערטער נאך סאכדעסען געוואנדען צי מאשקע'ן.

והמבין יבין.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:47 pm
דורך סאכדעס
איך_הער האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:מאשקע, מצטרף אני לכל אשר יהללוך.


ברויך ווען נישט שטיין, לכל אשר הללוך?


ניין

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:52 pm
דורך לחיים ולברכה
זארעכ'ל, איך מוז איבערהאקן די שמועס, איך פיל אז מיינע טעג זיינען גיציילטע.
איך האב שוין געפרעגט ביים בולעטין און אין קול ואין עונה.
איך וויל וויסן אויב מיינע חברים וועלן האבן די רעכט צו שטעלן שיינע פענסי רויטע און בלויע ליכט אויף מיינע קעיבער.
ביטע ענטפערן ווי שנעלער, ווייל ....... יו ס'ווערט מיר שלעכט..
שנעלער........

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:58 pm
דורך סאכדעס
כ'זאגט דיר לחיים ולברכה, יאך העל עס ערלעדיגן.