בלאט 1 פון 1

יגר'ל ס'טיצעך?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 12:23 pm
דורך זארעכפעפער
איך איך בין דא!.
זאג מער, פארוואס האסטעך א נאמען געגען 'סהדותא' מיט א סמך נישט מין א שין שמאלית, ווי דער זיידע לבן האט דאס ארגינעל גערופן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 1:03 pm
דורך יגרסהדותא
יוי זרעכ'ל, דיין קשיא איז דאך דער תירוץ, משוגע בין איך זיך צו רופן וויאזוי דער זיידע האט באשלאסן נאכן נישט שלאפן אגאנצע נאכט צוליב דעם שוידערליכן חלום.

אבער, דאנק דעם פון אויבן, איך האב געטראפן מיט וועם צו שמועסן, אבער, אבער, אבער, איך האב מורא דאס גייט מיר טייער קאסטן, דו גייסט מיט מיר קאנקערירן? הא? הא?

אויב דו קענסט נישט דערהייבן קיין דורכפאל הייב נישט אן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 1:27 pm
דורך יגרסהדותא
בכלל זאג, וואס האלטסטו מיט ארענדער, דו מיינסט אויב מיר וועלן אים קויפן א ריזיגן זילבערנעם דריידל פאר א חנוכה געשאנק וועט ער צושטעלן בעסערע סערוויס?

דו ווייסט נישט וואס דא גייט פאר, לאמיר דיר עס צולייגן, נעכטן נאכט, שפעט שפעט, זייער שפעט האבן מענטשן פארבלאנדזשט אין וואלד, נישט ווייט פון די קרעטשמע, די בלאטע ארום און ארום איז געווען איום ונורא, ענדליך מיט זייערע מאגערע פערדליך האבן זיי זיך דערשלעפט צו אונז, אההה האט דער עולם אויפגעלעבט, איינע פון אונזערע "קליינע" ידידים האט אזוי באנטש גערעדט און גע'דבר'ט, ביז ער האט אנגעצויגן 50 גאנצע שמועסן... עניוועי, סאם האוי האבן זיי שוין היינט געוואלט זיך ארויסלאזן אויפן וועג, אבער נעבעך, די קרעטשמע איז פארקריפעלט, מ'קען נישט עפענען די טיר, עפעס א צומישעניש הערשט דא

מ'זעהט נישט די צייט ווען איינער שרייבט עפעס, גארנישט, איך האף נאר אז ס'האט נישט אפעקטיט מעסטערמיינדס פלענער, ער פלאנט אויך עפעס דא צו פארקריפלן.

א נס דארף פאסירן אז איך זאל בלייבן נארמאל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 1:37 pm
דורך קרעמער
כ'פארשטיי נישט דיין צרה יגר'ל, די צייט איז אויבן, העכער די תגובות, שטופ עטוואס ארויף דיינע קאצן ברילן און זעה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 1:49 pm
דורך arender
יגרסהדותא האט געשריבן: די קרעטשמע איז פארקריפעלט, מ'קען נישט עפענען די טיר, עפעס א צומישעניש הערשט דא

אנטשולדיגט מר. יגר דאס פארשטיי איך אויך נישט, זיי זיך אביסל בעסער מסביר,
א דאנק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 1:52 pm
דורך זארעכפעפער
קוק אהער, נעקסטיים ווען די ארחי פרח"ניק"ס ריקן זיך אן אהער, און זיי הויבן אן צו דבר'ן, שיק זיי אט דעם דאזיגן סיגנאל:
כזה - b:l1

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 2:03 pm
דורך יגרסהדותא
קרעמער, איך ווייס נישט ווי די קאצן גלעזער איז, איך ווייס נישט וואס דא גייט פאר, ס'קוקט שוין יעצט אויס אלעס בסדר

איך וועל זיך נאך לאזן הערן איבער די טעמע, און אויך איבער אנדערע...