בלאט 1 פון 14
די שטילע אשכול
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 22, 2006 6:57 pm
דורך יגרסהדותא
דאס איז עס, אזוי גייט עס זיין.
אין דעם אשכול גייט מען זיך קענען אפרוען, ווען אימער איינער וויל ס'זאל זיין רואיג, א שטילע טאג, און ער וויל נישט הערן ווי יגר'ל צוכליפעצט זיך ברבים אויף די שטילקייט וואס הערשט, וועט ער דא אריינקומען.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 22, 2006 7:03 pm
דורך זארעכפעפער
ס'גארנישט אזוי שטיל דא. ס'לעבט זיך. ס'טוט זיך. ס'גייט אויף רעדער. די גאנצע תלמוד תורה איז אין די לעצטע פאר טאג דא אויף א באזוך...
און דו זאגסט נאך אז ס'שטיל?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 22, 2006 7:05 pm
דורך מעסטערמיינד
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 22, 2006 7:48 pm
דורך שוועמל
כ'אב נישט געוויסט דו קענסט רעדן שטיל אויך ..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 6:30 pm
דורך זארעכפעפער
יעצט בין איך אויך דא. גענוג געווען מיט'ן רוישיגן שטילקייט! אזאנס
שוין א גאנצן טאג וואס ס'רוישט דא א שטילקייט, ס'רודערט אזא הילכיגן שטילקייט אזש מען קען הערן דעם אייגענעם ווידער קול.
דער עולם שפאצירט זיך דא אזוי רואיג דורך, ווער אין די קרעטשמע; ווער אין די שטים בודקעלע און גארנישט...
געענדיגט! גענוג געווען! איך גיי ברעכן דעם רוישיגן שטילקייט און אריינברענגען א שטימע גערעדעכץ...
ששש... מען בעט אלע דורכגייער, כאסוועכאלילע נישט שטערן, קומט אריין דא, מורמלט עפעס אפ און גיבט אבאכט קיינער זאל נישט הערן.
איינער הערט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 6:38 pm
דורך פענסטער
שששש.... לאז שלאפן!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 6:39 pm
דורך יגרסהדותא
מ'גייט אים אנזעצן די ביינער
פאר איר הייבט אן טייפט אריין "גרויזאמער"...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 6:50 pm
דורך פענסטער
איך האב אים אזוי לאנג געשלאגן ביז ס'איז אים ארויסגעקומען פייגלעך פון קאפ...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 8:19 pm
דורך שוועמל
איך קען נישט קיין פראנצעזיש
קען מען אים אנזעצן אויף ענגליש אויך ? איז גוט. אז נישט נישט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 11:23 pm
דורך קרעמער
איך האב פרובירט אריינצוטייפן "גרויזאמער" אבער ער לאזט זיך נאר שרייבן ענגלישע אלפאבעטן.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 26, 2006 1:08 am
דורך cano
ער האט אזאנס געכאפט פון מיר פאריגע וואך, אבער היינט ווען איך האב געוואלט זעהן צי ער לעבט נאך, בין איך געווארען איבעראשט וואו שנען ער האט זיך ערהוילט
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 26, 2006 10:04 am
דורך יגרסהדותא
וואס רעדסטו? ער וועט עס שוין נישט איבערלעבן
דא האסטו א בילד פון זיינע לעצטע מינוטין, נעבעך נעבעך
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 26, 2006 8:28 pm
דורך שוועמל
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 27, 2006 11:42 am
דורך Anonymous
קוקט ווי אזוי דער אשול האט זיך אנגעהויבן און וויאזוי ער האט גענדיגט
ס'הייבט זיך אן די שטילע אשכול, און ס'ענדיגט זיך מיט מכות רצח
Re: די שטילע אשכול
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2007 8:24 pm
דורך Anonymous
יגרסהדותא האט געשריבן:דאס איז עס, אזוי גייט עס זיין.
אין דעם אשכול גייט מען זיך קענען אפרוען, ווען אימער איינער וויל ס'זאל זיין רואיג, א שטילע טאג, און ער וויל נישט הערן ווי יגר'ל צוכליפעצט זיך ברבים אויף די שטילקייט וואס הערשט, וועט ער דא אריינקומען.
יא, יא דער עולם פאלגט,
מען איז רואיג
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 08, 2007 1:49 pm
דורך איזאק
א מחיה, סאיז שא שטיל,איך רו מיך אפ,
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 08, 2007 1:52 pm
דורך יעקב אלי בראך
וועסט זיך אוודאי באדאנקן פאר'ן פותח האשכול, אה יא?
זאג איך דיר יעצט, יגר'ל ברויך נישט קיין קלאטשערייען, קיין זינגערייען, פשוט און פראסט, ווען ס'קומט דעם וואל טאג, כאפטס אים אן ביים אויער, געטס א ציה אראפ, און דאס ווערט אנגערופן: אפגעגעבן א שטום.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 08, 2007 2:11 pm
דורך מאשקע
הכל תלוי במזל, אפילו אשכול שבקרעטשמע!
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2007 8:22 am
דורך איך_הער
אקעי, קיינער איז נישט דא, מ'קען זיך אביסל אויסציען די ביינער.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2007 11:24 am
דורך סאכדעס
אהההההההה, ששששששששששששש זאל זיין שא, וועק מיך נישט אויף.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2007 1:20 pm
דורך zinger
nobody is here, this is a great time for me to put my comments in every ashkol
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2007 1:47 pm
דורך סאכדעס
און ווען מ'איז דא מעגסטו אויך, אבער דא אין אטא דעם אשכול, דארף מען רעדן גאר שטיל.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2007 3:01 pm
דורך איך_הער
סאכדעס, שלאפסט נאך?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2007 10:15 pm
דורך סאכדעס
פארוואס פרעגסטו?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2007 10:21 pm
דורך איך_הער
סתם לשם פרעגן, אדער לשם תגובה, וואט עווער ס'געפעלט דיר ענדערש.