Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

די שטילע אשכול

מיטוואך נובמבר 22, 2006 6:57 pm

דאס איז עס, אזוי גייט עס זיין.

אין דעם אשכול גייט מען זיך קענען אפרוען, ווען אימער איינער וויל ס'זאל זיין רואיג, א שטילע טאג, און ער וויל נישט הערן ווי יגר'ל צוכליפעצט זיך ברבים אויף די שטילקייט וואס הערשט, וועט ער דא אריינקומען.

Advertisement

מיטוואך נובמבר 22, 2006 7:03 pm

ס'גארנישט אזוי שטיל דא. ס'לעבט זיך. ס'טוט זיך. ס'גייט אויף רעדער. די גאנצע תלמוד תורה איז אין די לעצטע פאר טאג דא אויף א באזוך...

און דו זאגסט נאך אז ס'שטיל?

מיטוואך נובמבר 22, 2006 7:05 pm

זארעכ,
נאדיר:
-y- ;l;p- ={'} g:u1 g:u1 ;a-1; ;l;p-

מיטוואך נובמבר 22, 2006 7:48 pm

כ'אב נישט געוויסט דו קענסט רעדן שטיל אויך ..

דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 6:30 pm

יעצט בין איך אויך דא. גענוג געווען מיט'ן רוישיגן שטילקייט! אזאנס
שוין א גאנצן טאג וואס ס'רוישט דא א שטילקייט, ס'רודערט אזא הילכיגן שטילקייט אזש מען קען הערן דעם אייגענעם ווידער קול.
דער עולם שפאצירט זיך דא אזוי רואיג דורך, ווער אין די קרעטשמע; ווער אין די שטים בודקעלע און גארנישט...

געענדיגט! גענוג געווען! איך גיי ברעכן דעם רוישיגן שטילקייט און אריינברענגען א שטימע גערעדעכץ...

ששש... מען בעט אלע דורכגייער, כאסוועכאלילע נישט שטערן, קומט אריין דא, מורמלט עפעס אפ און גיבט אבאכט קיינער זאל נישט הערן.

איינער הערט?

דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 6:38 pm

שששש.... לאז שלאפן! ;k9;

דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 6:39 pm

מ'גייט אים אנזעצן די ביינער

פאר איר הייבט אן טייפט אריין "גרויזאמער"...

דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 6:50 pm

איך האב אים אזוי לאנג געשלאגן ביז ס'איז אים ארויסגעקומען פייגלעך פון קאפ...

דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 8:19 pm

איך קען נישט קיין פראנצעזיש

קען מען אים אנזעצן אויף ענגליש אויך ? איז גוט. אז נישט נישט.

דאנערשטאג נובמבר 23, 2006 11:23 pm

איך האב פרובירט אריינצוטייפן "גרויזאמער" אבער ער לאזט זיך נאר שרייבן ענגלישע אלפאבעטן.

זונטאג נובמבר 26, 2006 1:08 am

ער האט אזאנס געכאפט פון מיר פאריגע וואך, אבער היינט ווען איך האב געוואלט זעהן צי ער לעבט נאך, בין איך געווארען איבעראשט וואו שנען ער האט זיך ערהוילט

זונטאג נובמבר 26, 2006 10:04 am

וואס רעדסטו? ער וועט עס שוין נישט איבערלעבן

דא האסטו א בילד פון זיינע לעצטע מינוטין, נעבעך נעבעך
עטעטשמענטס
2.JPG
2.JPG (39.01 KiB) געזעהן געווארן 4957 מאל

זונטאג נובמבר 26, 2006 8:28 pm

http://clients.wmteam.de/draeger/firefi ... /Fire/fire

מאנטאג נובמבר 27, 2006 11:42 am

קוקט ווי אזוי דער אשול האט זיך אנגעהויבן און וויאזוי ער האט גענדיגט

ס'הייבט זיך אן די שטילע אשכול, און ס'ענדיגט זיך מיט מכות רצח

Re: די שטילע אשכול

זונטאג אפריל 22, 2007 8:24 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:דאס איז עס, אזוי גייט עס זיין.

אין דעם אשכול גייט מען זיך קענען אפרוען, ווען אימער איינער וויל ס'זאל זיין רואיג, א שטילע טאג, און ער וויל נישט הערן ווי יגר'ל צוכליפעצט זיך ברבים אויף די שטילקייט וואס הערשט, וועט ער דא אריינקומען.


יא, יא דער עולם פאלגט,

מען איז רואיג

דינסטאג מאי 08, 2007 1:49 pm

א מחיה, סאיז שא שטיל,איך רו מיך אפ,

דינסטאג מאי 08, 2007 1:52 pm

וועסט זיך אוודאי באדאנקן פאר'ן פותח האשכול, אה יא?

זאג איך דיר יעצט, יגר'ל ברויך נישט קיין קלאטשערייען, קיין זינגערייען, פשוט און פראסט, ווען ס'קומט דעם וואל טאג, כאפטס אים אן ביים אויער, געטס א ציה אראפ, און דאס ווערט אנגערופן: אפגעגעבן א שטום.

דינסטאג מאי 08, 2007 2:11 pm

הכל תלוי במזל, אפילו אשכול שבקרעטשמע!

מיטוואך מאי 09, 2007 8:22 am

אקעי, קיינער איז נישט דא, מ'קען זיך אביסל אויסציען די ביינער.

מיטוואך מאי 09, 2007 11:24 am

אהההההההה, ששששששששששששש זאל זיין שא, וועק מיך נישט אויף.

מיטוואך מאי 09, 2007 1:20 pm

nobody is here, this is a great time for me to put my comments in every ashkol

מיטוואך מאי 09, 2007 1:47 pm

און ווען מ'איז דא מעגסטו אויך, אבער דא אין אטא דעם אשכול, דארף מען רעדן גאר שטיל.

מיטוואך מאי 09, 2007 3:01 pm

סאכדעס, שלאפסט נאך?

מיטוואך מאי 09, 2007 10:15 pm

פארוואס פרעגסטו?

מיטוואך מאי 09, 2007 10:21 pm

סתם לשם פרעגן, אדער לשם תגובה, וואט עווער ס'געפעלט דיר ענדערש.
שרייב א תגובה

Advertisement