בלאט 1 פון 3

***וואס גייט פאר מיט מאיר'קע***

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 11:48 am
דורך אלחנן
ווער האט אים באליידיג??

אפשר איז דאס א גילו אלערט? ווייסט איינער מער פרטים?

פול מיט געמעקטע תגבות פון אים.
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... b_v=search

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 12:12 pm
דורך אלחנן
ווייסט איינער מער פרטים קען מען אים נאך ראטטעווען??

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 12:14 pm
דורך יעקעלע פוקס
אלחנן האט געשריבן:ווער האט אים באליידיג??..

קען זיין, זיין ארבעטער מעכי

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 1:42 pm
דורך וויכטיג מאכער
לויט ווי איך הער יעצט, האט איינער פון אונזערע חברי הקרעשטמע באמערקט אז אפאר אשכולות/תגובות זענען פארמעקט געווארן, יענער האט אנגעפרעגט די הנהלה, די הנהלה האט אים חוסם געווען, נאכדעם וואס זיי האבן נישט געטראפן קיין שום וועג זיך צו פארבינדן מיט עם...

און פאר דיר מאיר, איך ווייס אז דו ליינסט דא, איך, מיט נאך אנדערע זענען זייער נייגעריג צו וויסן, וואס ס'האט פאסירט.. אפשר קענסטו אונז מעלדן?.. מיר ווילן דיך העלפן.. לאז אונז וויסן..

א שיינעם דאנק, וויכי..

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 1:47 pm
דורך ביקסאד
מאיר'ל,
וואס איז מיט דיר געשעהן ?
איר האט מהנה געווען הונדערטער אידישע קינדער,
א שאד די ארבעט זאל גיין לטמיון און נעלם ווערן בתהום הנשיה,
מיר שרייען אויס : חזור בך

נאום : תולעת

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 1:48 pm
דורך קרעמער
ליידער זענען מיר געצווינגען געווען צו פארשפארן א ניק וואס האט זיך גענומען מעקן אלטע סחורה און דערמיט פאר'הרג'ט דעם אויסזעהן און ניווא פון קרעטשמע. ואתו הסליחה.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 1:59 pm
דורך אלחנן
ער איז געבליבן מיט 2007 תגבות נאכן מעקן

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 2:40 pm
דורך צוביילטער
וואס?????????????? לייען איך גוט?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 6:25 pm
דורך אלחנן
רבותי, למען כבוד ה.. ...מען זאל אים מספיד זיין!

ווער עס האט די פעדער אינדער רעכטער היינט איז מכובד ועומד

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 7:33 pm
דורך גארנישט
איך בין געכאפט געווארן און סורפרייז!!!!

איך קען עס נאכנישט גלייבן!!!

שוידערליך!!!!

וואו איז מאיר פארשוואנדן?

אויסגעמעקט! און אנטלאפן! אפגעשפארט! לייען איך גוט??

וואס גייט דא פאר??

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 11:44 pm
דורך דוד משמש
וויפיל האט ער געהאט פארדעם???

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 4:11 am
דורך איך אליין
א שאד אויף אזא גוטע שרייבער

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 4:14 am
דורך איך אליין
מאיר באווייז דיך שוין צוריק

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 10:16 am
דורך סתם_אזוי
איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר? מאיר האט אליינס געמעקט? אדער איינער האט געמעקט אנשטאט אים? מען האט אים פארשפארט? אדער א צווייטן?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 11:56 am
דורך דארפסמאן
מאיר אז די ווילסט נישא שרייבען מער דא קענסטו דיר גיין (ווי די שווארצע פעיפער וואקסט)אבער פארהארגע נישט, עס איז שוין געווען אמאל איינער וואס האט געטיען אזאנץ און שפעטער האב איך אים געזען אריין געסיינט און גוגעל טאלק און אים געפרעגט אויב עס מאכט זיך אפט אז ער כאפט אן אטקע ?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 6:46 pm
דורך אלחנן
דא http://shmerybery.terumforum.com/forum.htm
קען ער נאך שריייבן..

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 6:49 pm
דורך scy4851
.....מאיר...שלא ירדו.....לסוף דעתו....

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 8:03 pm
דורך שמערי בערי
חאני, שכח, דארט קען ער מעקן אויך... כ'לאז....

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 9:24 pm
דורך זיידעניו
היינט האב איך זיך געטראפן אין א שמועס מיט מאיר, איך וועל נישט אריינגיין אין די גאנצע לענג און די ברייט פון די טיש אבער דער סיבה פון די פאסירונג איז געווען וועגן גילו.


איינער א נאנטער צו אים איז צוגעקומען אין בית המדרש צו אים און אים פארגעווארפן מיט זיין ניק און זאכן איבער וואס ער האט געשריבן. ואידך פרושא זיל חמור

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 9:34 pm
דורך פרעזידענט
א פארלוסט פאר די קרעטשמע

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 9:37 pm
דורך שמן זית
דאנט ער וועט נאך ארויפקומען מיט א אנדערע נאמען, ומכאן אזהרה יוצאת לכל בעלי קרעטשמע, נישט פרובירן געוואר צו ווערן נעמען, און אין פאל וואס מען ווערט געוואר עס האלטן אין געהיים און נישט אויסזאגן פארן בעל השם אז ער ווייסט,

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 11:53 pm
דורך שוועמל
פונקט היינט האב איך פארגעשלאגן פאר איינעם אז קרעטשמע דארף ווען פארמאגן די "וויקיפעדיע" טעכנאלאגיע, דאס הייסט אז פון יעדן טויש וואס מען מאכט אין א הודעה ווערט אוועקגעלייגט א קאפי אין די היסטאריע, ממילא אז איינער מעקט קען מען אלץ צוריקברענגען די פריערדיגע ווערסיע פונעם הודעה.

אוי, מי יתן והי' לבבם זה ליראה אותי

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 11:55 pm
דורך שוועמל
איך טראכט מיר יעצט אזוי...

די קעפל פונעם אשכול פרעגט: ***וואס גייט פאר מיט מאיר'קע***

כ'הייב אן טראכטן אז "זי" איז שולדיג, די מאיר'קע תליטא...


_________
דער עיקר איז מזאל ח"ו נישט ווערן פארבלאנזשעט ביים קויפן א וועג ווייזער.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 05, 2009 8:33 am
דורך סתם_אזוי
חחחחחחח

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 05, 2009 3:31 pm
דורך איזאק
טאקע ער האט מיך מהנה געווען, אבער יעצט איז אפגעשאכטען געווארן נישט נאר זיינע תגובות נאר אנדערע אויכעט, אין אזא פאל איז דער אויסדרוק לא מעוקצך ולא מדובשך זייער פאסיג.