גריסן און שמועסן
דינסטאג מאי 05, 2009 7:09 pm
לאז מיך אייך עפעס מסביר זיין דאס וואס און ווי מאיר האט זיך באנארישט
דהיינו:
זיצען אויפ דעם סייט- וויי אויסגעהאלטען עס איז דארף זיין בהדרגה- דהיינו מען טאר נישט זיצען אויפען אינטערנעט מער ווי א האלבע שעה אטאג לכל היותר א שעה זיך אויס צו ליפטערן
איינער וואס זיצט אזוי ווי מאיר א סאך מער ווי מען זאגט פיר און צוואנציג שעה - פלאצט דאס סיי ברחניות און אויך בגשמיות (וי איינער האט ער ערווענט פריער ר' מאירט'ע ומובן .. און מיט רעכט...
זיך אביסעל אויסלופטערן נאך א טאג ארבעט איז איין זאך - זיין "אדיקטעט" איז אנדערע זאך...
יא עס איז אמת סאיז זייער שווער ס'ציט-ס'ציט זייער .. אבער נישט דא קיין ברירה....
אמת איז דער אמת
Advertisement
דינסטאג מאי 05, 2009 7:30 pm
מאיר, סבענקט זיך נאך דיר, און נאך דיינע תגובות וואס זענען פארמעקט געווארן נאכמער....
דינסטאג מאי 05, 2009 9:02 pm
א גוטן טאג איך גיי אויף אייביג
דינסטאג מאי 05, 2009 9:33 pm
בשעה טובה ומוצלחת.
דינסטאג מאי 05, 2009 9:40 pm
איך אליין האט געשריבן:א גוטן טאג איך גיי אויף אייביג
אבי דו גייסט "אליין", אזוי פארלירן מיר נישט צופיל.
דינסטאג מאי 05, 2009 9:50 pm
וואטש ווי דו טרעיט'סט.. טרעיט נישט אין מעראסט.. איך מיין זאלסט ווארטן ביז צופרי.. ס'זייער טונקל אינדרויסן.. גיי נישט "אליין" ביינאכט..
דינסטאג מאי 05, 2009 10:27 pm
א גריס פאר מאיר
דינסטאג מאי 05, 2009 10:43 pm
די מחלה איז קאנטעידזשעס?
רח"ל
דינסטאג מאי 05, 2009 10:58 pm
איך אליין וואטש דיין שפראך, איך האף אז דו וועסט נאך זיין בין החיים די קומענדיגע 80 יאר
דינסטאג מאי 05, 2009 11:31 pm
איך אליין האט געשריבן:א גוטן טאג איך גיי אויף אייביג
ווער קען מיר העלפן וויזוי אפצוליינען די מעסעדזש

דארף מען עס ליינען אזוי: א גוטן טאג, איך גיי אויף,
אייביג 
אויב יא און וועלכע קאנטינענט איז דאס דער אייביג

אדער דארף מען עס ליינען אזוי: א גוטן טאג, איך גיי,
אויף, אייביג, נו פרעג איך דיר מיט וואס פאר א רעכט גייסטו אויף אים

מיינסט עס טוט אים נישט וויי

אדער מיינט דאס גאר עפעס אנדערש דהיינו: א גוטן טאג,
איך גיי, אויף אייביג, דאן פארוואס זאגסטו נאר פאר ראביי 'איך גיי' א גוטן טאג וואס איז מיט די אנדערע מיט טרינקערס דא

אדער איז דאס גאר בלשון שאלה וציווי
א גוטן טאג איך
גיי אויף אייביג 
, א קיצור ווער קען מיר דא ארויס העלפן זאל ביטע צו לייגן א האנד.
דינסטאג מאי 05, 2009 11:43 pm
טייערע אידן, ביטע נישט רעדן לשון הרע אויף מאיר.
ער זעהט אלעס וואס מ'שרייבט דא.
לשון הרע איז אויך בכתב.
אפילו איר ווייסט נישט ווער מאיר איז אין ריעל לייף, זענען אבער דא וואס ווייסן יא, און כלפי זיי הייסט דאס ריכטיג לשון הרע.
כל שכן מצער זיין א מענטש וואס האט נאר געטוען טובות פאר כל בני הקרעטשמע, און ער האט געמעקט נאר זיך צו באשיצן פון בושות. נו, קומט אים אזעלכע באוואשונגען?
---
איך באציה מיך צו געציילטע תגובות. נישט איבער ס'רוב, וועלכע זענען פאזיטיווע.
אנטשולדיגטס מיר פארן אויסברוך.
.
מיטוואך מאי 06, 2009 1:08 am
עיין בקעפל: ס'האט זיך געמאכט, ס'זאל זיך נישט מאכן.
מיטוואך מאי 06, 2009 5:05 am
למעלה.... חחחח
איך אליין;
ווען ביסטו געקומען ?
מיטוואך מאי 06, 2009 9:47 am
למעלה, גאנץ גוט.
מיטוואך מאי 06, 2009 1:13 pm
מאיר לאמיך דיר זאגן ווי מיס יו, זייט מ'האט דיך מסדר געווען איז ממש טויט דא, די זעסט דאך אליין, איך דארף דיר נישט זאגן, כ'האף נאר אז די ביסט מוחל במחילה גמורה אויב איינער האט דיך באליידיגט, אריינגערעכנט מיר.
נאך א זאך די ווייסט דאך אז כסדר רעדט מען פון די ניקס וואס ווערן נעלם אויפן בית עולם, און פון צייט צו צייט געשעט תחיית המתים, ווען נישט וואס די האסט אנגעווערטשאפט וואלט מען גערעדט מיט אזא נאסטאלגיע צו מאיר'ס צייטן, שוין! והוא רחום יכפר.
איך אליין, קודם שלו' עליכם, די קענסטו מיר אפשר זאגן וואס מיט דיר גייט פאר מ'רעדט דא פון מאיר וואס זוכסטו דא? זיי מוחל שפאציר אריבער אין שלו' עליכם אשכול אין שרייב דארט ווא די ווילסט!
מיטוואך מאי 06, 2009 1:23 pm
זעט אויס אז ער איז מאיר'ס צווילינג
מיטוואך מאי 06, 2009 1:50 pm
bailout האט געשריבן:מאיר לאמיך דיר זאגן ווי מיס יו, זייט מ'האט דיך מסדר געווען איז ממש טויט דא,
בכלל נישט, ס'טיצעך ארטיקלען ווי קיינמאל בעפאר, אלע פארומס זענען ביזי.
מיטוואך מאי 06, 2009 2:49 pm
מיטוואך מאי 06, 2009 8:51 pm
בנוגע וואס מען זאגט אז עס איז געווען וועגן גילו, אין מען טאר נישט פארשטייצעך מגלה זיין ווען מען כאפט אויף, א ניק,
איז כדאי צו מעורר זיין, נישט זיך צו באנארישען.
ווען מען שרייבט (נאכדעצו וועגן זיך אליינס) מעג מען משנה זיין פון די מציאות אז איינער פון דיין בית מדרש וכדומה,
זאל נישט כאפן גלייך ווער דו ביסט, (העי ס'פארשטענדליך, אבער צומאהל פארגעסט מען זיך)
אויסערדעם פרעגט נישט אן איינעם אין א נושא, וואס איר שרייבטאין קרעטשמע,
אויב יענער קען איינעם וואס האט ציטריט צום אינטערוועלט (יא איך מיין טאקע יעדעם)..
(כאטשיג איך ווייס נישט אויף זיכער צו דאס האט פאסירט מיט מאיר'קעס (מאן))
דאנערשטאג מאי 07, 2009 12:00 am
איין מינוט... איך מוז דא איבערהאקן א מינוט.. איך בין שרעקליך ביזי די לעצטע פאר טעג, אבער איינער האט מיך מעורר געווען אויף עפעס, סאו איך האב באשלאסן, אז איך מוז יעצט סטאפן וואס איך האלט אינמיטן טוהן.. און שרייבן..
אין א שמועס מיט עטליכע חברים פון קרעטשמע איז אויסגעקומען צו רעדן פון דעם ניק "איך אליין" וואס האט געמאלדן אז ער גייט אוועק... קען זיין ס'האט נישט אויסגעפעלט צו שרייבן ברבים, אז ער גייט, דאס איז א עקסטערע סוגיא פאר זיך... למעשה האב איך מיט נאך עטליכע געשריבן מיט זלזול כלפי זיין אוועקגיין, כאטש מיר האבן אים נישט געמיינט פערזענליך ח"ו, אבער אזוי איז געשעהן, דער עולם האטעס אנגעקוקט פאני, ס'געווארן א ליצנות..
האט מיר איינער געפרעגט, דו ווייסט פארוואס ער האט אויפגעהערט צו שרייבן?.. זאג איך ניין, זאגטער אפשר האער זיך פארגענומען אז ער וויל מער נישט שרייבן צוליב א געוויסע סיבה, און מיט דיין חוזק מאכן, מאכסטו עם קאלט... נישט ווייל ער ווייסט פאר א פאקט, נאר ער זאגט אז חוזק מאכן, טאר מען נישט...
סאו איך מיין, אז איך מיט די אנדערע וואס האבן דא חוזק געמאכט, זאלן איבערבעטן ברבים, הרב 'איך אליין' זיי אונז (לשון רבים, איך רעד בשם אנדערע ניקס..) מוחל, מיר האבן נישט געטראכט וואס מיר האבן געטוהן, מיר וועלן נעקסטיים זיין מער פארזיכטיג, איך האף אז מיט דעם האב איך יוצא געווען..
דאנערשטאג מאי 07, 2009 11:00 am
Wichtig macer. I am not on your side with that. If "ich aline" wants to go then GO. you don't have to write it in big red latters saying that I am gone for ever. Who cares. Go and leave us alone. And NO. Nobody has to ask for his forgiveness. I don't care what his thoughs are! And why he stopped writtin. He just arrived here for one reason to pull attention to his side. and I am not going to cry with crocodile tears of his going away.
Now my 2 cents about meirka.
I think that if someone knows that he will be ashamed of what he has written here when someone finds out who he is. Should not write it in the first place.
So what he did wrong is that he was writing to much of his self. And. 2 He gave out his name to too many others.
But what he did when erased so many things. He did something so stupid that you can't imagine.
Yes he was good we all say that. But at the end he was wrong.
Any how this place is a nice place.
(Don't) correct me if I am worng
Yes or no?
דאנערשטאג מאי 07, 2009 11:29 am
יא אדער ניין. איך בין מיט דיר 100% .
דאנערשטאג מאי 07, 2009 12:33 pm
יא אדער ניין.. קודם שלום עליכם.. וועלקאם טו די קלאב.. מאך דיך היימיש.. (מיט די ניק...)
לאמיך דיר זאגן.. ליין גוט איבער מיינע ווערטער.. איך האב דארט געשריבן אז דאס וואס ער האט געמאלדן, אז ער גייט, איז א פרשה פאר זיך.. ער האט דאס נישט געדארפט טוהן.. אבער מיר טארן נאך אלץ נישט חוזק מאכן... פון זיין גיין...
סתם, איך ווייס נישט צו יעצט, נאכן קלאר שטעלן די חילוק צווישן זיין מעלדן, און זיין גיין, עגרי'סטו צו מיר, אבער עניוועי, איי דאונט קעיר, איך האב געשריבן אויבן, אז דאס איז נישט אייגענס, איך האב מיט מיר נאך פיר ניקס, (א טאוטעל פון 5..) און איך גלייב אז אסאך אנדערע האלטן ווי מיר..
דאנערשטאג מאי 07, 2009 12:37 pm
איך האב גערעדט פון מאיר נישט פון איך אליין.
דאס מיינט אז מאיר האט געטון א גרויסע נערישקייט (שיין גערעדט. איך האב געוואלט שרייבן שארפער) מיטן אויסמעקן אלע זיינע תגובות. שעמסט זיך? שרייב עס נישט אין פירסט פלעיס. שעמסט זיך נאך אלץ? וואס איז פשט פון אויסמעקן די טיטל פון אלע נייע אשכלות. עס איז א גרויסע קינדערישקייט.
דאנערשטאג מאי 07, 2009 12:41 pm
אקעי.. דזשאס פאר פיוטשער רעפרענס, נעקסטיים שרייב "יא און ניין, איך עגרי מיט דיר אויף דיין צווייטע פוינט.." אדער "איך עגרי מיט דיר בנוגע מאיר"..