בלאט 317 פון 863

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 8:33 pm
דורך מטעמים
מזל טוב - ער ווערט שוין אויס פעיק כמעט

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 9:08 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
רבותי, ס׳קומט א באמבע!!!

האלטס ענק געשפאנט!

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 9:29 pm
דורך וואס טוט זיך
ווער???
דו האלטסט נאך א שטיקל מהלך פונעם נעקסטע איז ווער יא?
פליז?? זאג אונז אויס.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 9:36 pm
דורך nmi
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:רבותי, ס׳קומט א באמבע!!!

האלטס ענק געשפאנט!

ווי? דא אדער אין א"י?..

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 9:39 pm
דורך וואס טוט זיך
דאנט ווארי...
ער העט נעמען נאך א סטרייק און וועט צוריקקומען מעלדן טראמפ'ס פארלוסט (אדער דיע רימאוול).....

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 9:49 pm
דורך מחשב
nmi האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:רבותי, ס׳קומט א באמבע!!!

האלטס ענק געשפאנט!

ווי? דא אדער אין א"י?..


אויפן לבנה.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 9:52 pm
דורך nmi
מחשב האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:רבותי, ס׳קומט א באמבע!!!

האלטס ענק געשפאנט!

ווי? דא אדער אין א"י?..


אויפן לבנה.

דעמאלס בין איך רואיג. כ'האב שוין מחדש געווען די לבנה דעי חודש.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:13 pm
דורך פאראינטערסירט
מזל טוב פעיק ניוז!!!
א געשמאקע ניק, ברענגט כסדר אינטערסאנטע נייעס פון אומעטום.

פעיק נוז האט געשריבן:.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:17 pm
דורך פאראינטערסירט
מחשב האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:רבותי, ס׳קומט א באמבע!!!

האלטס ענק געשפאנט!

ווי? דא אדער אין א"י?..


אויפן לבנה.

ששש..
מאכטס איהם נישט אויפמערקזאם, ער וועט נאך באלד אויפהערן שרייבן, ער קען נאך חלילה ווערן אנגעשטעקט מיט די שרעקליכע ניין און ניינציג סינדראם...

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:34 pm
דורך פעיק ניוז
פאראינטערסירט האט געשריבן:מזל טוב פעיק ניוז!!!
א געשמאקע ניק, ברענגט כסדר אינטערסאנטע נייעס פון אומעטום.

פעיק נוז האט געשריבן:.

איך זע אז דו האסט מיר געקוואוט אז איך זאל זען דיין תגובה.....

מזל טוב פאר דיר פאר דיין 'דרייערל', ביזסט א געשמאקע קלארע ניק, פון מיינע פעוואריטס באמת..

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:43 pm
דורך פעיק ניוז
מטעמים האט געשריבן:מזל טוב - ער ווערט שוין אויס פעיק כמעט

טענקס.

לעצטנס איז מיין 'טראמפיזם' אראפ א טראפ, סאו האב איך מורא אז איך הייב הערשט אן צו ווערן פעיק...

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:14 am
דורך צל עובר
מזל טוב @פעיק ניוז.

און ישר כח יעדער פאר די עטענטשן דא.

איך האב שוין דעם סינדראם אפאר טאג עניוועי.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 7:24 am
דורך נערוועזער חכם
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:רבותי, ס׳קומט א באמבע!!!

האלטס ענק געשפאנט!

וועם מיינט ער?אפשר"צל עובר"קומט שוין אהן צו א צענערל!

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 11:09 am
דורך פאראינטערסירט
מזל טוב ידידנו המפורסם כמר צל עובר הי"ו לרגל שנתעטר בכתר שר עשרת אלפים ככר כסף!!!

כן ירבה וכן ירפוץ דאהי אויפן וועלטל נישט אויפן לבנה....

מיר אלע האבן זייער הנאה פון אייך!

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 11:12 am
דורך פאראינטערסירט
צל עובר האט געשריבן:מזל טוב @פעיק ניוז.

און ישר כח יעדער פאר די עטענטשן דא.

איך האב שוין דעם סינדראם אפאר טאג עניוועי.

נאך א מזל אז מ'האט געמעקט די תגובות פון די לבנה קראך... ווען נישט וואלסטו שוין געהאט דעם סינדראם אפאר טעג פריער... :?

מזל טוב צל!

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 12:07 pm
דורך עכט היימיש
עס גלייבט זיך נישט וואס דער אויג זעהט, יא, צל איז א שר עשרת האלפים!

ווי עס איז דער מנהג המקום איז, איז א פרישער רעקאד נומער פאר א ניק, א צייט צו ווינטשן, א צייט צו גראטולירן, א צייט צו דאנקען, א צייט צו טון דאס וואס מען קומט געווענטליך נישט אן צו טון בין דיסקוסיע לדוסקוסיע, ובין היציגע טענה'ריי ל'היציגע טענה'ריי, דהיינו קאמפלעמענטיררן, און ארויסהייבן וויפיל מען האט הנאה פון דעם ניק.

אבער דא ווען דער רעדע איז פון ידידינו וידיד נפש כל חי @צל עובר, איז דער פרשה נישט אזוי פשוט, פרשה זו יפה נדרשת, מען דארף ווען געהעריג אראפשרייבן א מגילת צל וויפיל מיר האבן הנאה, וויפיל מיר באלעקן זיך פון זיין הערליכער פעדער און טרעפליכע תגובות צו יעדער צייט, און וויפיל מיר האבן ארויסגעקוקט אויף זיין צוריקער ביי דער שוין היינט באוויסטער "לבנהגעיט סקאנדל" און וויפיל מיר האבן יעצט הנאה ווען צל ביפיו תחזינה ענינו.

באמת האב איך געהאט געקלערט לכבוד צל'ן מיר אויפצורייסן און טון א זאך וואס איך קען נישט, דהיינו מאכן אזא סארט פאום אויף די ר"ת פון צ'ל' ע'ו'ב'ר', אבער אזוי ווי איך קען דאך נישט... און זיך איבערייסן וויל איך נישט, עמער מוזן זיך באגניגן מיט א פשוט'ע מזל טוב.

איי, פארוואס שרייב איך אייך דאס, ווייל איר געדענקט אוודאי צל'ס לאנג טערמיניגע תגובה "פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!".

וועלן מיר מוזן ווינטשן סתם אזוי, פשוט:

מזל טוב צל! מיר האבן זייער הנאה פון דיר! קיפ אן מיט דיינע אנהאלטסרייכע תגובות! מיר פרישיעטן יעדע תגובה אפילו מיר זאגן דאס נישט!

החותם בכל הברכות.

עכט היימיש

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:09 pm
דורך פעיק ניוז
WOW מזל טוב צל, שנעל געמאכט.

מזל טוב!! א צענערל! צל!!!

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:30 pm
דורך וואס טוט זיך
(כ'האב געהאפט אז @צל האט נעמען א סינדראם אביסל לענגער, ווייל כ'בין ערשט נעכטן נאכט געוואויר געווארן אז ס'קומט און כ'האב גארנישט געקענט צוגרייטן, נו... כ'וויל נישט געבן א מזל טוב צוויי יאר ארום, האב איך שנעל פרובירט צו מאכן עפעס... סאו..)

צל א ניק ווי דיר איז נישט פארהאן
עס טוען אונז זיך פרייען מיט די שמחה דיין
ווייל איבעראל ביסטו געווען אזוי וואך
ביי יעדע פאליטישע אשכול האסטו צוגעגעבן אזוי סאך
רייט און צום פוינט ביסטו איבעראל געווען

אנטיס, זיי האסטו מיט כוחות אנגעשעפט
נישט קיין חילוק וואו דיין מוט זיך קיינמאל אויסגעוועפט (אחוץ ביים סטרייק)
טא זאלסטו אונז ווייטער ווי דו האסט אייביג אלעס געטוען ברענגען
יעדע נייעס מיט אלע פיטשקוועס אלע נעמען, ווי
ס'האט זיך פון דיר אייביג אזוי געגאסן

יא יא נישט צום גלייבן!!
איך וויל זיך נישט עפענען דאס מויל, ווייל אויב יא העל איך עס קיינמאל קענען צומאכן.
פון וואו דו נעמסט דיע טאלאנט וויס איך נישט. אבער דאס אז דו האסט עס זעהט זיך גוט אן.

איז אזוי ווי די נאמבער 0 איז גארנישט, זאלסטו ווי גארנישט צולייגן אסאך אסאך 0000 צו דיין מספר תגובות... ס'זאל זיך פרוכטבארן און פארמערן.

זאלסט זוכה זיין צו אלע וואונטשן וואס מען קען נאר געבן, און זאל מען שוין אקעגן גיין משיח צדקינו בב"א!!

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 2:40 pm
דורך שפיגליצקי
וואס טוט זיך האט געשריבן:זאלסטו ווי גארנישט צולייגן אסאך אסאך 0000 צו דיין מספר תגובות... ס'זאל זיך פרוכטבארן און פארמערן.

איך וואונטש דאס ענדערש אויף זיין באנק קאנטע...

מזל טוב @צל.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 6:32 pm
דורך לכאורה
מזל טוב צל עובר

עס וואלט געפאסט איך זאל שרייבן א גאנצע פיוט מיט חרוזים, ראשי תיבות מיט סופי תיבות, אפשר אפילו גימטריאות אויך, אבער דאן וואלט דאס געדויערט צו לאנג, און עס וואלט אנגעקומען צו דיר ווען דו וועסט שוין זיין א שר "עשרים אלף"...

קום איך דא מיט מיינע ארימע ווערטער זיך באדאנקן אויף די צען טויזנט תגובות וואס זענען על פי רוב העכסט אינפארמאטיוו, ברענגן פרישע נייעס און ברענגן גוט ארויס דעם "נעווער טראמפ" אנשויאונג מיט וואס מיר ביידע זענען אנגעשטעקט.

עס איז צום באוואונדערן ווי דו גיבסט נישט אויף, לאזסט זיך נישט אראפשלעפן, האלטסט דיך אויפ'ן אויבערפלאך און גייסט ווייטער אן מיט ברענגען נייעס און אנאליזן טראץ די קריטיקירער און נעי-שרייער.

אויך דיין צוקער זיסע שפראך און אויסדרוקן זענען ווערד צו באגריסן, מען דארף נוצן דאס קעפעלע צו פארשטיין יעדע ווארט דערפון. האלט אן, גיי אן, נעווער טראמפ!

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 11:54 am
דורך לעגאו מענטשעלע
אקעי רבותי!
גרייטס אייך אלע גרייטס אייך!! הכונו הכונו!!
איך ווער באלד א טויזענטער בשטומ"צ!!
וואס קומט?!... האלטס אייך נייגעריג! ...און ווארשיינליך וועט איר בלייבן נייגעריג!!!
אה, וואס האב איך געוואלט זאגן?... אה, גארנישט!

#וואסווילסטופוןמייןלעבןהאבן?!... :roll: :roll: :roll: :oops:

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 12:38 pm
דורך פאליטקלי קארעקט
לכאורה האט געשריבן:מזל טוב צל עובר

עס וואלט געפאסט איך זאל שרייבן א גאנצע פיוט מיט חרוזים, ראשי תיבות מיט סופי תיבות, אפשר אפילו גימטריאות אויך, אבער דאן וואלט דאס געדויערט צו לאנג, און עס וואלט אנגעקומען צו דיר ווען דו וועסט שוין זיין א שר "עשרים אלף"...

קום איך דא מיט מיינע ארימע ווערטער זיך באדאנקן אויף די צען טויזנט תגובות וואס זענען על פי רוב העכסט אינפארמאטיוו, ברענגן פרישע נייעס און ברענגן גוט ארויס דעם "נעווער טראמפ" אנשויאונג מיט וואס מיר ביידע זענען אנגעשטעקט.

עס איז צום באוואונדערן ווי דו גיבסט נישט אויף, לאזסט זיך נישט אראפשלעפן, האלטסט דיך אויפ'ן אויבערפלאך און גייסט ווייטער אן מיט ברענגען נייעס און אנאליזן טראץ די קריטיקירער און נעי-שרייער.

אויך דיין צוקער זיסע שפראך און אויסדרוקן זענען ווערד צו באגריסן, מען דארף נוצן דאס קעפעלע צו פארשטיין יעדע ווארט דערפון. האלט אן, גיי אן, נעווער טראמפ!

RT

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 12:44 pm
דורך ימות המשיח
מזל טוב הרב צל איך האב ממש נישט די ווערטער צו שרייבן א שכוח אויף דעם וואס די ביסט אונז מהנה יעדן טאג!!

עלה והצלח!!
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 12:55 am
דורך שמואל בארג
מזל טוב צל!

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 12:27 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
איך האלט מיך צוריק... זאל איך שרייבן אדער נישט?!... אויב דריק איך שיק, ווער איך אן אלף'ל!
אקעי איך שיק!
בראווא!! לעגאו איז געווארן א שר האלף!!