בלאט 217 פון 220

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 6:48 pm
דורך לאמפ
יואב בן צרויה האט געשריבן:מזל טוב סמארט! איך שעץ דיין אנוועזענהייט דא!


גא"מ

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 7:38 pm
דורך א גראם מיט טעם
איך האב געווארט און געווארט
ווינטשען א ברכה סמארט
יעצט אויס שארען איך טריי
פאר גאר א געלונגענע גאי

אנגעקומען בהדרגה
א טיטל נישט מאגער
שר האלף מיט שטאלץ
אפלאדירען עם עטס זאלטס

נחת פון דיינע בנים מאירים
שפע אין פרנסה אן יסורים
נאר זיי משפיע פאר אונז ווייטער
אונזער וועלט'ל מאכען "סמארטער"

תתחדש אויפען נייע שטריימעלע
ווינטשט, גראמעלע.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 7:38 pm
דורך כרם
לאמפ האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:מזל טוב סמארט! איך שעץ דיין אנוועזענהייט דא!


גא"מ

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 10:05 pm
דורך סמארט גאי
Wow,
איך האב אפילו נישט געוואוסט אז איך האב שוין געפירקלט 1000 תגובות ביז איך האב אריינשפאצירט אין דעם צימער אין געזעהן די מזל טוב'ס,
א ישר כוח פאר ענק אלע,

איבערלאזן א מזל טוב אין דעם אשכול, איז ווי גיין צו יענעמ'ס א שמחה, אך און וויי אויב דער און דער וואס איך ערווארט דא, ערשיינט נישט צום סוף....

ערנסט גערעדט, קומט זיך מיר א דאנק פאר אייוועלט, פארן מציל זיין פון די מבואות המטונפות, איך פלעג זיך אסאך דרייען און לאו דוקא שמוציגע סייטס, אבער פארט קען א גויאישע סייט נישט זיין אינגאנצן ריין. זייט איך האב מיר געעפענט א ניק אין אייוועלט, און זיך גענומען דערנעווירן דעם ציבור... דריי איך מיך אסאך ווייניגער דארט,
סאו, דערווייל קוקט עס אויס איים הער טו סטעי,

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 10:08 pm
דורך ענדע צדיק!
לאמפ האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:מזל טוב סמארט! איך שעץ דיין אנוועזענהייט דא!


גא"מ

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 10:13 pm
דורך קנאפער ידען
מזל טוב און יישר כח פאר דער קלוגער איד (="סמארט גיי") פארן אונז תמיד מהנה זיין מיט רייכע און באזעצענע תגובות!! קיפיראפ!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 10:16 pm
דורך גערעכטער
מזל טוב! איינס ביי איינס פיינע תגובות קיפ איט אפ!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 10:17 pm
דורך קברנה סובניון
טאקע נישט 1000 אבער א גלעט קומט זיך מיר
דאס איז מיין 100'סטע תגובה

א חידוש פונעם היינטיגן דור א סייד אן קיין לשון הרע, ניבול פה, לצנות,(הומאר יא) ריינע השקפה, אפילו א שטיקל שיעור אין גמ' און ספרי חסידות, איבערדריקן ספרים, נגינה, געזונט, הילף אוין אלע ענינים וואס שייך, חסד מיט א צווייטן,
און סתם א געלונגען רואיג פלאץ זיך אויסצוליפטערן מ'זאל נישט דארפן זיצן און טרינקען קאווע אין פאליש...!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 10:26 pm
דורך א גראם מיט טעם
נו, עפען א גוטען פלאש וויין, וועלען מיר טרינקען לחיים!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 10:35 pm
דורך קברנה סובניון
נו הננו מוכן ומזומן,
דא האסטו אן אייזעקס רעם, שילה, אור הגנוז, (שמאי, הלל,) וויינשטאק,(קברנה סוביניון, קברנה פרענטש) ווייערעישן, (3-4-5) הערצאג, (נעפא וועלי, אלכסנדר וועלי, ספעשל ריזערוו,) בארטנורא, לימיטעד, יאמפול, הר ירושלים, הר חברון, ווענטורה,(אייזעקס, אהרן'ס, נחמן'ס,) טעפערבערג, דאלעוו, ארז, ארזה, וכו'

והשתי' כדת אין אונס
אידן מאכטס א לחיים...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 11:38 pm
דורך צווייפעל
קברנה סובניון האט געשריבן:נו הננו מוכן ומזומן,
דא האסטו אן אייזעקס רעם, שילה, אור הגנוז, (שמאי, הלל,) וויינשטאק,(קברנה סוביניון, קברנה פרענטש) ווייערעישן, (3-4-5) הערצאג, (נעפא וועלי, אלכסנדר וועלי, ספעשל ריזערוו,) בארטנורא, לימיטעד, יאמפול, הר ירושלים, הר חברון, ווענטורה,(אייזעקס, אהרן'ס, נחמן'ס,) טעפערבערג, דאלעוו, ארז, ארזה, וכו'

והשתי' כדת אין אונס
אידן מאכטס א לחיים...


והעיקר שכחת, אפשר ביי די טויזענסטע... אביסל דלתון רעזערוו, פאר די קעיוו חברה א עלטערן קעיוו, און פון קדם נאר טשאק היל, מיט א 8 גענערעישאן וכו' אלע נעפא וועליס קאנסטי צוריק שיקן קיין קדם..

לחיים קאבארנעי, ביזט א גוטע ניק.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 11:47 pm
דורך קברנה סובניון
שקויעך צווייפל
אמת פון די "המערה" האב איך פארגעסן, פיינע סחורה
אויך ממש א מחי' מיטן באליבטן טשאק הילל, און נישט פארגעסן זיין ברודער אעק קנאו (כ'ווייס נישט פונקטליך וויזוי ס'ספעלטצעך)
אבער קאנסט נישט אזוי אוועקמאכן די גוטע 'נאפא וועלי' מיט א וויש מיטן פינגער ס'איז א פיינער וויין (אבל, על טעם וריח אין להתווכך)

דעם 'דלתון' מיטן 8 גאנערעישאן קען איך נישט

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 11:47 pm
דורך מטעמים
לאמפ האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:מזל טוב סמארט! איך שעץ דיין אנוועזענהייט דא!


גא"מ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:03 am
דורך מחותן
WOW טויזענט רייכע תגובות פון סמארט, שמך נאה לשמיך, מיר האבן הנאה פון יעדע תגובה עקסטער.

---

מן הסתם ווייסטו שוין אז ווען מען קימט אן צו טויזענט תגובות באקימט מען א $100 גיפט סערטיפעקעט, (צען פערצענט פון די תגובות, און נאר אויב עס איז ע״פ רוב רייכע תגובות אזוי ווי דיינס) מען דארפן שיקען פאר די מנהלים א אישי אין וועלכע סטאר זיי זאלן עס אריינלייגען, איך מיין אז @צייטליך און @געלעגר זענענן יעצט אין טאפ דערויף, בעט א א גוי׳שע טשעין סטאר אזוי אז עס זאל נישט זיין קיין גילו, איך האב גענימען מיינס ביי קאסטקו.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:26 am
דורך קברנה סובניון
ווער טוט פאנדן אט די סערטיפיקאטן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:58 am
דורך אפטימיסט
מזל טוב סמארט גאי, און מזל טוב קברנה! נעמטס ענק טיטלען ווייל כאניש קיין כח צו שרייבן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 7:12 am
דורך געלעגער
מזל טוב סמארט. ס'איז אונזער געווינס!

מחותן, ער האט גענומען א סערטיפעקיט פאר אן עקסטרע האנטוך אין מקוה פון יעצט ביז ראש השנה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:41 am
דורך סמארט גאי
געלעגער האט געשריבן:
מחותן, ער האט גענומען א סערטיפעקיט פאר אן עקסטרע האנטוך אין מקוה פון יעצט ביז ראש השנה.

במקום גרינע

-----
טענקס מחותן און געלעגער

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 16, 2015 8:38 am
דורך לאמפ
מזל טוב פארשלאפן אויף דיין דערגרייכונג צו 13,999 תגובות.

עס איז אונז א פארגענוגען און א זכות צו זיין מיט דיר אין איין חבורה.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 16, 2015 10:52 am
דורך זאכליך
האסט נישט געקענט צווארטן אויף נאך איינס?...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 2:16 pm
דורך א גראם מיט טעם
די שמחה ווערט שטערקער
ידידינו ערעב בערקא
געשפרינגען דעם דזשאמפ
אריבער דעם אלפיים באמפ
ווינטשען מיר ווינטשען ערענסטע
פון הימל דיר עפענען א פענסטער
מיט בני חיי ומזוני ס'זאל רינען
נאר מיט א שמייכעל זיך געפונען
מהנה זיין ווייטער אונז אלע צוזאם
כה דברי א גראם מיט טעם

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 5:22 pm
דורך א גראם מיט טעם
מזל טוב צו דיר זאכליך
א ווארימע ברכה קח לך
אנגעקומען צום שר אלפיים
ווינטשען מיר לחיים
דיינע תגובות מיט הומאר באשפריצט
א שכל הישר ווערט געניצט
שפע זאל ביי דיר אריין גליטשען
פון צער קיינמאל קוויטשען
געזונט פרנסה נחת פלענטי
טיל די האנדזשרעד ענד טווענטי
בלייבען ידידים איז ראטזאם
החותם, א גראם מיט טעם.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 5:54 pm
דורך גערעכטער
מזל טוב! @זאכליך. לכבוד 2000
מזל טוב! @בערקא. לכבוד 2000
וגם לרבות @פאטאקי. לכבוד 9000

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 6:44 pm
דורך כרם
גערעכטער האט געשריבן:מזל טוב! @זאכליך. לכבוד 2000
מזל טוב! @בערקא. לכבוד 2000
וגם לרבות @פאטאקי. לכבוד 9000

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2015 7:13 pm
דורך ענדע צדיק!
גערעכטער האט געשריבן:מזל טוב! @זאכליך. לכבוד 2000
מזל טוב! @בערקא. לכבוד 2000
וגם לרבות @פאטאקי. לכבוד 9000

פששש וואדא טוצעך נישט!

מז"ט אלע! השי"ת כל משאלותכם ימלא!