בלאט 215 פון 220

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 11:47 pm
דורך לאמפ
מזל טוב שמאטע! מיט אייער געשמאקע און הומאריסטישע פענע האט איר די זכי' צו אויסשפרייטן די ליפן און אויסגראדן די שטערן-קנייטשן פון אסאך אידן.

מזל טוב וועטערמאן! א ריזיגער דאנק פאר אלע אייערע קלארע וועטער באריכטן, סטאטיסטיקס און אנאליזן. עס איז אלץ א געשמאק צו לעזן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 11:51 pm
דורך green
מזל טוב שמאטעניו, זאנע זיסע תגובות דיינע אז דאס ערוועקט שמייכעלעך און נעמט אוועק אנגעצויגנקייט, קיפ אפ יור גוד ווארק, און די זכות פון מחי זיין אזויפיל נפשות זאל דיר אייביג באגלייטן

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 11:57 pm
דורך נגיד
גערעכטער האט געשריבן:מזל טוב קנ"א וועטער!!!!
איך האב נישט קיין ווערטער אויסמודריקן מיין טיפן דאנק, העמיר זיך באגניגן מיט דעם,
תתברך בכל הברכות השמורות לעושי חסד, ימלא ה' כל משאלות לבך לטובה השפעות טובות יריק לך על ראשך עד שיבלו שפתותיך מלומר די ועד בכלל!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 6:03 am
דורך פאליטקלי קארעקט
לאמפ האט געשריבן:מזל טוב שמאטע! מיט אייער געשמאקע און הומאריסטישע פענע האט איר די זכי' צו אויסשפרייטן די ליפן און אויסגראדן די שטערן-קנייטשן פון אסאך אידן.

מזל טוב וועטערמאן! א ריזיגער דאנק פאר אלע אייערע קלארע וועטער באריכטן, סטאטיסטיקס און אנאליזן. עס איז אלץ א געשמאק צו לעזן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:22 pm
דורך לכתחילה אריבער
מזל טוב קנאפער! זאל דיר הקב"ה צורוק צאלן וואס דו טוסט גוטס פאר אנדערע בכפלי כפלים.

מזל טוב וועטער! די הנאה וואס איך האב פון דיר איז גאר גאר שטארק.

משל טוב שמאטע.... כ'האב עפעס געוואלט שרייבן, באט טראכטענדיג פון דיינע תגובות, האבך זיך צוקוילערט!!

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 11:34 pm
דורך א גראם מיט טעם
ארויס שלעפען פונעם מצה טאש
א מזל טוב פאר ווישוואש
יעדע תגובה ווי א געשמאקע נאש

אנגעקומען אצינד צום טיטל
טראגט שוין א שר האלף היטל
חלילה נישט מאכען קיין ביטול

כאשר זכינו לסדר אותו
אנקומען צו פאזיציעס גרויסע
מיט שפע און מזל די והותר

זאל גיסען און רינען ווי א צונאמי
בלייבען א שטאלץ צום אייוועלט עקאנאמי
ווינטשט ידידך, הנקרא גראמי.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2015 11:38 pm
דורך גערעכטער
אקעי איך פאנג אן טראכטן אז גראמי האט א אלערט סיסטעם ווען איינער שטייגט אין ראנג..
........
מזל טוב ווישוואש, א גרויסע פלאס פאר אייוועלט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 2:00 pm
דורך ענדע צדיק!
@שמאטע א פון טיפן הארציגע באגריסונג צו דיין התעלות. מיר ליינען מיט הנאה אייערע תגובות! חזק ואמץ!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 2:05 pm
דורך שנאפס
farshlufen האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:מזל טוב יעדער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 6:06 pm
דורך זאכליך
שנאפס, מען זיין א גרינגער אדער א רויטער צו קענען קוואטן אזא תגובה...

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 12, 2015 11:01 am
דורך ווישוואש
גערעכטער האט געשריבן:אקעי איך פאנג אן טראכטן אז גראמי האט א אלערט סיסטעם ווען איינער שטייגט אין ראנג..

א גרויסן שכח אייך ביידן

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 12, 2015 1:06 pm
דורך צווייפעל
וואס האסטו איינגעשטויסן מיט מיטן וויץ פרעזידענט ביידן?

מז"ט ווישוואש, קנאקעדיגע תגובות.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:06 pm
דורך צווייפעל
מז"ט יואב פאר דיין 999'צסטע תגובה, ביזט א ערנסטע חלק פון איי וועלט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 14, 2015 8:21 am
דורך א גראם מיט טעם
לאמיר באזינגען מיט גראמישע שטיק
א פרישע שר האלף הלא הוא ניגון עתיק
תגובות געשמאקע אין סייז און שעיפ
דערמאנט פונעם עבר מיטן בילד פון טעיפ

ווינטשען מיר ווילען אין פרידען
שטענדיג זיין גליקלעך און צופרידען
מיט בני חיי ומזוני בשמחה תמידית
ווייטער אונז מהנה זיין מיט אייערע נקודות

ווינטשט. גראמעלע.

(הערה בעלמא,אפשר שוין צייט צו טוישען אוועטער צו סי.די.)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 9:37 am
דורך א גראם מיט טעם
אפאר שורות געפין איך
באגריסען ווער בין איך?
טויזענטע נאמבער דריי
ווינטשען איך טריי

געזונט נחת הצלחה
יוסף ה' עליכם ככה
אונז מהנה זיין מפעם לפעם
החותם, גראם מיט טעם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 6:55 pm
דורך גערעכטער
מזל טוב מיסטעריעז! 2000 געשמאקע תגובות! ישר כח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 7:01 pm
דורך לאמפ
גערעכטער האט געשריבן:מזל טוב מיסטעריעז! 2000 געשמאקע תגובות! ישר כח.


גא"מ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:54 pm
דורך א גראם מיט טעם
רבותי כאפט נישט קיין היסטעריעס
אפאר ווערטער גאר סיריעאס
א מזל טוב לידידינו מיסטעריעז

טאקע נישט אין איין נאכט
נאך טויזענט תגובות דערגרייכט
מיר אלע זענען נהנה פון וואס איר טראכט

א ברכה פאר דיר כהוגן
אלעס זאל גוט טויגען
קיינמאל ווערען אנגעצויגען

שפע בריכה עליונה
בני חיי ומזוני
נאך תגובות זיי בונה

ווינטשט ידידך,
אגרמ"ט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 9:06 pm
דורך מיסטעריעז
אוטש!! דער עולם האלט דא חשבון אויף מיר!!
וואס האט נאר דער חפץ חיים געזאגט אויף טעלעפאן וכדומה?... עס כאפט א ציטער טראכטנדיג וואו מען האלט חשבון אויף "מיר". :-(

ברוכים תהיו, האפענטליך ביי אייך בקרוב, א דאנק.

גראמי, אמן!
אבער יעצט גיי איך דיר טשעפענען!
אז מען האט נישט וואס צו זאגן זאגט מען נישט!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 9:14 pm
דורך מתבונן
א גראם מיט טעם האט געשריבן:רבותי כאפט נישט קיין היסטעריעס

א גראם מיט טעם האט געשריבן:קיינמאל ווערען אנגעצויגען


מיסטעריעז, אזוי אנגעצויגען צו זיין?

מז"ט מז"ט, זאלסטע ווייטער ממשיך זיין רוהיגערהייט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 9:27 pm
דורך ווישוואש
מיסטעריעז האט געשריבן: יעצט גיי איך דיר טשעפענען!

The biggest compliment ever.. that you still remember it

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 9:58 pm
דורך א גראם מיט טעם
אט ליעסט דע מאל האסט זיך מער וויסענדיג געמאכט....

אבער אויב וויסטו טאקע
מקדים זיין רפואה למכה
מיסטעריעז ס'איז דיר געלונגען
נאך אן אלף'ל איבערגעשפרינגען
דיינע תגובות מלא תוכן רייך זייער
אפי' באהאלסטו זיך אונטערען שלייער
ווינטשען יעצט איך גיי דיר
מזל זאל קיינמאל זיין אן אבידה
שפע אין כוואליעס וואס טוהען נישט אפשטילען
גוטע ידידים בלייבען מיר ווילען

המברך עוד הפעם,
גראם מיט טעם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:07 pm
דורך מיסטעריעז
אמן! א מחי' צו הערן אזוינע ברכות!
המברך יתברך בכפלי כפלים


א גראם מיט טעם האט געשריבן:אט ליעסט דע מאל האסט זיך מער וויסענדיג געמאכט....

?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 4:08 pm
דורך שנאפס
זאכליך האט געשריבן:שנאפס, מען זיין א גרינגער אדער א רויטער צו קענען קוואטן אזא תגובה...


אלא מאי?...

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 8:29 pm
דורך גערעכטער
מזל טוב! בן בוזי.
4000#