בלאט 214 פון 220

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 9:59 pm
דורך והנה און נון
אדער ווי אייוועלט אן חחחחחחחחח

חחחחח!

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 10:30 pm
דורך צווייפעל
קיקיון האט געשריבן:איך קען נישט דערלאען אז דער greeting season פאר לכחילה אריבער זאל פאראיבער
אן מיין סענטימענט און קאמפלימענט
איך וועל נור זאגען איין נקודה
א לכתחלה שרייבער
דערגרייכען א סטאטיסטיק
קאוד:
16818/17033= 0.987377444
נור   1.26%  געמעקט

איז א קונצשטיק


אה, יעצט כאפ איך די מעשה,
גרויסע קונץ אז ער האלט שוין ביי 17K, נע א ודאי, אז ממעקט נישט זיינע תגובות האט ער אזוי באנטש, איך מיט מיינע געמעקטע האלט שוין מסתם אויך ביי 17K...

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 18, 2015 9:10 pm
דורך לאמפ
מזל טוב פאר בן דוד פארן דערגרייכן 500 אינהאלטסרייכע תגובות!

לאמיר האפן אז ער וועט פארבלייבן מיט אונז אויך אויף נאך די בחירות.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 18, 2015 9:12 pm
דורך ענדע צדיק!
גם אני מצטרף. א ספעשל טענקס און מזל טוב פאר @בן דוד.

די הנאה פון אזויפיהל אידן דורך אייערע תגובות זאל אייך באגלייטן אויף טריט און שריט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 18, 2015 9:25 pm
דורך צווייפעל
בן דוד מז"ט, שכח, און אלעס גוטס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 19, 2015 10:58 am
דורך פריילאך
בן דוד בן דוד.. ווי אזוי גייט די ניגון..

ממש א אינהויז רעפארטער פון דארט פאר אייוועלט.

--

לכתחלה, אין מילים! עס איז א לכתחלה שבלכתחלה יעדער תגובה.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2015 1:23 am
דורך א גראם מיט טעם
@כרם
מזל טוב לרגל התעלות לשר חמש מאות
תזכו ליהנות ולהנות מתוך רוב אושר וכבוד.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2015 7:54 am
דורך צווייפעל
מז"ט כרם, איינע פון די געשמאקע ניקס.

הצלחה וכט"ס.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2015 11:09 am
דורך לכאורה
כרם שרייבט נישט קיין סאך, אבער ווען ער רופט זיך אן איז עס לתועלת.

(איך בין אים נאך מכיר טובה פאר די שטעקן!)

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2015 8:29 pm
דורך לאמפ
צווייפעל האט געשריבן:מז"ט כרם, איינע פון די געשמאקע ניקס.

הצלחה וכט"ס.


גם אני מצטרף.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2015 10:24 pm
דורך כרם
מזל טוב "קהלס נער" שר מאה

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 2:16 pm
דורך א גראם מיט טעם
א ניק מיט א הארץ פון זיידען
הלא הוא איש החסד קנאפער ידען
נאך אן אלף'ל ביי דיר אין טאשקע
לאמיר דיר ווינטשען אויף א גלעזל משקה
נישט קיין חילוק בייטאג צו ביינאכט
צו מאכען פאר אנדערע אביסל לייכט
מיט א שנעלקייט צו ווערען נתפעל
אויף אזא איינער זאגען מיר מי כעמך ישראל

זאל העלפען דער אדיר במרום
ביי דיר נחלה בלי מצרים
שטענדיג אפענע שערים

בני חיי ומזוני אין דיין היכל
אייביג פארמאגען אן אמת'ן שמייכעל
קענען העלפען אידען מיט דיין גראדען שכל.


ווינטשט א איד וואס האט שוין נהנה געווען פון אייערע מעשה חסד,
הנקרא בפי כל,
א גראם מיט טעם.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 2:24 pm
דורך גערעכטער
מזל טוב!!! קנאפער ידען מעמקא דליבאי!
שוין איך פאנג נישט אן ווייל כ'על נישט קענען ענדיגן בבחינת 'סיימתנהו לשבחא'...
העמיר בלייבן ביי דעם, די זאלסט קענען מהנה זיין און העלפן אידן לאורך ימים ושנים טובים דשן ורענן, בהרחבת הדעת וסייעתא דשמיא, וילך לפניך צדקך.
#4000

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 4:29 pm
דורך קנאפער ידען
אמן ואמן אייך ביידע, והמברכים יתברכו מפי עליון.
עס איז א גוטע געפיל אז מען האט באמערקט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 5:25 pm
דורך כרם
מזל טוב קנאפער זאלסט האבן פון אלעם גוטן

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 9:11 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
מזל טוב קנאפער!!
איך וועל מיך אויך צושטעלן צו די נישט זאגערס, ווייל איך ווייס באמת נישט וואס צו זאגן פאר די אלע זאכן וואס ער האט מיר שוין געהאלפן, זאל דער אייבערשטער העלפן זאלסט קיינמאל פון קיין שלעכטס נישט וויסן און זאלסט קענען העלפן נאך יודן געזונטערהייט

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 12:41 pm
דורך מתבונן
כרם האט געשריבן:מזל טוב קנאפער זאלסט האבן פון אלעם גוטן

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 2:46 pm
דורך א גראם מיט טעם
דורך דעם ווינטער אונז כסדר מהנה
נישט קיין אנדערער ווי אונזער ק.נ.א.
דעם באריכט קלאר געט ער
מיר זאלען וויסען די וועטער

אבער נישט נאר פון שניי און קעלט
מחי' אונז אויף אייוועלט
פילט מיט יענעם'ס שמערצען
אנגעקומען צו טויזענטע נומער פערצען

זאל ביי דיר אלעמאל זיין זוניג לעכטיג
שפע זאל גיסען ווי א בליזארד מעכטיג
קיינמאל נישט כאפען קיין גליטש
קיינמאל נישט אויסלעשען דיין הומאר סוויטש

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 9:35 pm
דורך כרם
מזל טוב שמאטע

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 9:53 pm
דורך א גראם מיט טעם
וויש אהין וויש אהער
רבותי צו ווייסט איר ווער
א שר האלף א גרויסע טאטע
מיט זיינע בליציגע רעיונות
אין הומאר א זעלטענע גאונות
ידידינו היקר אונזער שמאטע

ס'האט אפשר לאנג גענומען
אבער איר קענט שוין אלע ברומען
און אויסשרייען ווי ביי א ברית קוואטער
מיט בני חיי ומזוני באגלייט
מיט דיינע טאלאנטען זיי גרייט
קיינמאל אוועקווארפען די שמאטע

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 9:57 pm
דורך בעמבא
"מ"זל

"ט"וב

"ש"מאטע

"ע"רייכט

"א"לף

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 10:17 pm
דורך אויסערן מיניסטער
שמאטע שוין געוואונטשן אין די אנדערע אשכול.

אוי קנאפער קנאפער, סאיז נישט שמך נאה לך, ווייל עס איז פשוט נישט אמת... אבער לעצם הענין, לאמיר אייך ווארעם וואונטשן, געווען אמאל א מעשה, כגעדענק נישט פונקטליך די דעטאלן, איינער איז געקומען צום קייזער זיך בעטן פאר גענאדע פאר די אידן, אבער זיין שטימע איז נישט געווען א שיינע, ער האט געהאט א גאר הויכע און אביסל הייזעריגע שטימע, פארן צאר האט עס נישט געשמעקט, האט ער אים געגעבן א זאג עפעס דערוועגן, האט זיך יענער אנגערופן אז די סבה פארוואס מיין שטימע איז אזוי הויך איז ווייל איך בין א שליח ציבור, איך רעד בשם הונדערטער אידן, זייער ווייטאג שרייט ארויס פון מיין האלדז! פארן צאר האט עס שטארק געפאלן און ער האט אים נאכגעגעבן זיין פארלאנג.

כלפי מה דברים אמורים, דא דרייט זיך א ניק וואס לעבט אטעמט טראכט און טוהט נאר פאר א צווייטן! פשוטו כמשמעו! איך וויל אין די געלעגנהייט זיך באדאנקען פאר די אלע טובות וואס איר האט מיר שוין געטון, אבער אויב איך באדאנק זיך וועט זיך נעמען שרייען, צוליב די גאר גרויסע צאל אידן וואס האבן שוין הנאה געהאט פון אייך און זיי שרייען דא אלע מיט א גרויסן דאנק אייך הרב קנאפער ידען פאר די אלע שעות אויף שעות וואס איר האט שוין אוועקגעגעבן און איר האלט אין איין אוועקגעבן פאר אנדער!!! די זכות זאל אייך ביישטיין בזה ובבא, און דו זאלסט זוכה זיין צו אלעס גוטס!

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 11:02 pm
דורך גערעכטער
מזל טוב שמאטע!!
די 'טשערי אן דע פיי' פון אייוועלט,

את הכל כותב יפה בעט"ו,
כ'עדיר זאגן דעם אמת לאמיתו,
ווען א נייע תגובה פון שמאטע טוט ערשיינען,
בין איך דער ערשטע צו עס ליינען, (הע.. אזוי מיינסטע!)

ש'כח!

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 11:25 pm
דורך זאכליך
Wow א גאנצע ליסטע פון די בעסטע שרייבער זענען איבערגעגאנגען מיילשטיינער!

אנגעהויבן ביי קנאפער וואס גיבט זיך אוועק פאר אנדערע שעות ע"ג שעות שלא על מנת לקבל פרס.

דערנאך קומט אונזער וואויל בארימטע וועטער מומחה, וואס שטייגט איבער אלע אנדערע וועטער עפפס.

און אחרון אחרון חביב הרב שמאטע, וואס האט אלס א גוט ווארט אויפן פלאץ!

זאל השי"ת ענק באשענקן (בתוך שאר הניקים) כל טיב וטוב!

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 11:31 pm
דורך גערעכטער
מזל טוב קנ"א וועטער!!!!
איך האב נישט קיין ווערטער אויסמודריקן מיין טיפן דאנק, העמיר זיך באגניגן מיט דעם,
תתברך בכל הברכות השמורות לעושי חסד, ימלא ה' כל משאלות לבך לטובה השפעות טובות יריק לך על ראשך עד שיבלו שפתותיך מלומר די ועד בכלל!!!