בלאט 213 פון 220

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 8:45 am
דורך ענדע צדיק!
מזל טוב @בנימין. מיר האבן הנאה פון אייערע תגובות. מלא שכל.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 8:57 am
דורך בנימין הלוי
יישר כחכם אויף די שיינע באגריסונגען און ברכות, ס'איז מיין פלעזשור מיט ענק דא צו פארברענגען, א געשמאקע חברה דא. ברוך שהחיינו.

און א מזלא טבא פאר אלע שרי אלפים שרי מאות און שרי עשרות כל אחד בשמו הטוב יבורך, דער קוואל זאל ווייטער פליסן, עס זאל זיך פון אייך אלעמאל גיסן, זיסע תגובות, געשמאקע תשובות, נאר א שמייכעל אויף די לעפצן, קיינמאל נישט קיין קרעכצן. און בדיבוק חברים זאלן מיר, אלע דא הנאה האבן אן א שיעור.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 9:03 am
דורך farshlufen
געלעגער האט געשריבן:מזל טוב יעדער

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 9:26 am
דורך מתבונן
ענדע צדיק! האט געשריבן:מזל טוב @בנימין. מיר האבן הנאה פון אייערע תגובות. מלא שכל.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 9:41 am
דורך כרם
מתבונן האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:מזל טוב @בנימין. מיר האבן הנאה פון אייערע תגובות. מלא שכל.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 12:59 pm
דורך עין טובה
מזל טוב פאר אונזער פרישע שר מאה, הרב בעמבא! טאקע נאר הונדערט תגובות, אבער מאל תוכן יעדע איינס באזונדער.
מיר האפן אז איר וועט אונז קענען ווייטער מהנה זיין מיט דיין זיסע פעדער.

וואונטשט, ידידך עוז, אייגעלע.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 1:26 pm
דורך בעמבא
א כבוד צו האבן עין טובה אלץ די ערשטע מברך!!!
ישר כח.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 2:54 pm
דורך לכאורה
מזל טוב צום פרישן שר האלף "בנימין הלוי", אן ערנסטער ניק, אן ערנסטער ת"ח, גיבט אסאך צו צום ערנסטקייט פונעם פלאץ.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 3:08 pm
דורך גלגלשלג
מזל טוב הרב בנימין הלוי מיר האבן באמת הנאה פון אייך דא אויפ'ן וועלטל

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 13, 2015 4:39 pm
דורך געלעגער
יאפ. בנימין הלוי איז אויף מיין רעדאר פון תגובות וואס מ'דארף ליינען מיט יושב הדעת

מזל טוב

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 6:59 pm
דורך גערעכטער
מזל טוב חילי!! 17000 קוואליטי תגובות, ש'כח.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 8:58 pm
דורך א גראם מיט טעם
צום הימעל ארויף א תפילה
צו באגריסען איז א לכתחילה
א געלעגענהייט גאר נישט אזא שטילע

א גוט ווארט שטענדיג דער גיבער
זיבעצין טויזענט!!!תגובות אריבער
זיינע פינגערפרינטס זענען ניכר אין אלע אייוועלט שטובער

מיט פארשטאנד אין נושאים פארשידען
מאכט זיכער אז אנדערע זענען פון עם צופרידען
עס איז א שטאלץ צו פארמאגען דא אזעליכע אידען

א שכל'דיג השקפה קלאר און גראד
קען זיך אויס אין היסטאריע פון יעדען שטאט
א ידען נפלא מיט א שריפט אזוי smooth

א ברכה שמאלציג און פעט
דיר באגליקען דער בורא ער וועט
א שפע פון בני חיי ומזוני די גאנצע סעט.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 9:22 pm
דורך מיסטעריעז
מזל טוב חילי??? מזל טוב איי וועלט!!!

זיבעצן טויזענט תגובות האט דיר לכתחילה געשאנקען!
יעדע איינס איז א לכתחילה, יעדע איינס איז א געווינס אז עס איז אריבער!

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 10:00 pm
דורך לאמפ
מזל טוב לכתחילה! אייער הערליכע און קלארע שריפט האט שוין אסאך בארייכערט מיינע ידיעות.

יעדעס מאל ווען איר טוט דורך א נושא איז דאס מיט אזא קלארקייט אז עס איז ערשטוינט צו ווערן פון אייער רייכע וויסענשאפט און טאלאנט עס אראפצולייגן כדבעי.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 10:48 pm
דורך כרם
לאמפ האט געשריבן:מזל טוב לכתחילה! אייער הערליכע און קלארע שריפט האט שוין אסאך בארייכערט מיינע ידיעות.

יעדעס מאל ווען איר טוט דורך א נושא איז דאס מיט אזא קלארקייט אז עס איז ערשטוינט צו ווערן פון אייער רייכע וויסענשאפט און טאלאנט עס אראפצולייגן כדבעי.

גא"מ

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 11:22 pm
דורך green
כרם האט געשריבן:
לאמפ האט געשריבן:מזל טוב לכתחילה! אייער הערליכע און קלארע שריפט האט שוין אסאך בארייכערט מיינע ידיעות.

יעדעס מאל ווען איר טוט דורך א נושא איז דאס מיט אזא קלארקייט אז עס איז ערשטוינט צו ווערן פון אייער רייכע וויסענשאפט און טאלאנט עס אראפצולייגן כדבעי.

גא"מ

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 11:24 pm
דורך טשאקלעט
גערעכטער האט געשריבן:מזל טוב חילי!! 17000 קוואליטי תגובות, ש'כח.

מזל טוב, יאפ די ביזט איינע פין דע ניקום וואס האבן מיך אהער געברינגט, שכוח 17000 מאהל....

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 8:11 am
דורך צווייפעל
מז"ט ר' לכתחילה, ימלא ה' כל משאלות לבך לטובה.

(די נעקסטע פאר וואכן בין איך שטארק פארנומען, סא אויב גרייכסטו די 18K תגובות אין די נעקסטע פאר וואכן וואונטש איך די שוין מז"ט..

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 8:25 am
דורך יאנקעלע קליגער
א הערצליכע באגריסונג פאר חשובען ניק א כרכא דכולא ביה "לכתחלה אריבער" לכבוד זיין דערגרייכונג פון טו"ב אלפים תגובות, אלעס מלא וגדוש מיט אינהאלטספולע ידיעות וחידושים עריבים לכל רואיהם,
יעזור ה' להלאה , וימלא כל משאלותיך, אמן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 3:30 pm
דורך לכתחילה אריבער
א שיינעם דאנק אלע באגריסער! ספעציעל די וואס האבן אפגעשריבן א לענגערע זאך.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 4:58 pm
דורך קרוץ מחומר
מזל טוב לפני אדון "חילי"
דאס איז נישט סתם א כאילו
נאר 17,000 תגובות וכולו וכולו
אלע דיינע ארטיקלען אזוי בדחימו ודחילי
צום זאך, נישט סתם עפעס אבי סילי
מ'זעט אויף דיר דעם עולם נברא בשבילי
הלוואי ווייס איך מי הוא העומד ממילי
אי לאו האי חששא דגילוי

זאלסט ווייטער שרייבן העלדיש כגבור
זיין אויף אייוועלט ווייטער א שליח ציבור
אונטערהאלטן מיט דיין פאנאמענעלן כח הדיבור
אולי העט פון דעם נאך ווערן א חיבור
הצלחה וסיעתא דשמיא לכתחילה אריבער!!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 5:41 pm
דורך קיקיון
איך קען נישט דערלאען אז דער greeting season פאר לכחילה אריבער זאל פאראיבער
אן מיין סענטימענט און קאמפלימענט
איך וועל נור זאגען איין נקודה
א לכתחלה שרייבער
דערגרייכען א סטאטיסטיק
קאוד:
16818/17033= 0.987377444
נור   1.26%  געמעקט

איז א קונצשטיק

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 7:36 pm
דורך לכתחילה אריבער
קיקיון האט געשריבן:איך קען נישט דערלאען אז דער greeting season פאר לכחילה אריבער זאל פאראיבער
אן מיין סענטימענט און קאמפלימענט
איך וועל נור זאגען איין נקודה
א לכתחלה שרייבער
דערגרייכען א סטאטיסטיק
קאוד:
16818/17033= 0.987377444
נור   1.26%  געמעקט

איז א קונצשטיק

ישר כח פארן אנמערקען! פון די וואס מען האט יא געמעקט, - וויפיל איך געדענק - געדענק איך אויסעווענדיג נאר איינמאל וואס עס איז געווען ווייל איך האב געשריבן נישט ריכטיג - א וויץ אויף איינעמס חשבון א פאבליק ביזנעס-. און דעמאלס האב איך געבעטן מען זאל מעקן. און א צווייט מאל וואס כ'האב באשלאסען בעסער נישט צו שרייבן פון א געוויסע נושא. יעצט דערמאן איך זיך פון נאך א פאל, ענדליך צו די ערשטע פאל.

חוץ דעם איס עס מער ווייניגער נאר "מיטגעגאנגען" מיט עפעס אנדערשט, אדער א טעות.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 7:38 pm
דורך מיסטעריעז
א וואונדער אז מען באגריסט דיר דערנאך אזוי שיין, אז מען פריידט זיך מיט דיינס א תגובה?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 7:46 pm
דורך געלעגער
חילי, מיט פרייד טוען מיר דיך באגריסן. וואסישייך צו זאגן? אייוועלט אן חילי איז ווי שאווע קיוועל אן העיט