בלאט 212 פון 220
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 8:29 pm
דורך שלום אויש
מזל טוב אפטימיסט!
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 04, 2015 3:22 pm
דורך גערעכטער
מזל טוב עין טובה!
און תתחדש פאר דיין נייע אוועטאר.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 04, 2015 3:46 pm
דורך כרם
מזל טוב "עין טובה" פאר דיין טויזענטער
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 04, 2015 3:48 pm
דורך צווייפעל
מז"ט עין טובה, שמחת פורים ושמחת תמיד,
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 04, 2015 4:34 pm
דורך קנאפער ידען
גערעכטער האט געשריבן:מזל טוב עין טובה!
און תתחדש פאר דיין נייע אוועטאר.
עין'ל, קענסט מיט אפשר זאגן פארוואס די מוזט עס מאכן פונקט היינט ווענעך בין ביזי און איך האב נישט קיין צייט צו שרייבן עפעס כראוי?!...
מזל טוב עין טובה, שמך נאה לך דו פארגינסט אונז מיט אזאנע שיינע און רייכע תגובות. קיפיראפ!
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 4:24 am
דורך עין טובה
שקויעך פאר אלע וואס האבן געוואונטשן! סיי דא, און סיי אין אנדערע אשכולות! יעדע פשוט'ע קאמפלימענט גיבט חיזוק אויף ווייטער! און נאך ווי!
גערעכטער, דיר קומט זיך אן עקסטערע יישר כח פארן מנדב זיין אן אוועטער וואס זאל זיין פאסיג פאר מיר. קנאפער, ס'איז נאכנישט צו שפעט...
פאר די וואס האבן נאכנישט געוואונטשן, זייט וויסן אז יעדע וואונטש, מקטן ועד גדול, מאכט אויס.
זייט געזונט.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 9:11 am
דורך א גראם מיט טעם
נישט געטראכט ווי א גראדער
געווען פארנומען מיטען עד דלא ידע
פארפאסט אזאנס
עין טובה געגעבען א טאנץ
טויזענט תגובות געשמאקע און פרישע
מיט זיין גוט אויג איז ער די שלעכטס אן אפווישער
זאל דיר דער בורא באצאלען עין תחת עין
זאלסט זעהן נאר גוטס אין דיינע רייען.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 9:34 am
דורך קיקיון
נו!
אז די בעטסט זיך אזוי וועל איך דיר איין טובה טוען
און ווינשען אז די זאלסט האבען אלעס ואס א איד דארף און באגערט מיט א שמוטשיק אריבער
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 1:34 pm
דורך עין טובה
גראמי, שקויעך! דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש...
קיקיון, כן למר.
די וואס האבן געוואונטשן באישי, איז עס מן הסתם ווייל זיי ווילן נישט שרייבן ברבים, נו, תבוא עליהם ברכה.
האפן מיר ווייטער ליהנות ולהנות פון אייוועלט.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 1:45 pm
דורך מתבונן
עין'ל מזל טוב פאר דיר.
קוקענדיג מיט אן עין טובה, פארגעס פון וויפעל תגובות דו האסט שוין געשריבן, און פארגעס וויפעל דו וועסט נאך שרייבן, פריי דיך אז אונז האמיר עין'ל בכלל! (מ'עין' החתימה).
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 8:00 am
דורך א גראם מיט טעם
לאמיר עם באצאלען כפל
א ניק וואס לעבט אויף די הייפל
נישט קיין צווייטער ווי צווייפעל
מיט א קלארען דעת
מחי' כל עדת
מאכט קיינמאל קיין גרייז
זאל העלפען דער גוטע טאטע
זאלסט קיינמאל פילען ווי א גענוצטע שמאטע
נאר האבען משאלת לבך יעדען ווינטש פריוואטע.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 9:05 am
דורך פער בריסטאו
כרם האט געשריבן:מזל טוב "עין טובה" פאר דיין טויזענטער
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 10:04 am
דורך לכאורה
מזל טוב צום פרישן שר האלף "צווייפל"
כ'מוז דיר זאגן אז רוב פון דיינע תגובות שפיר איך ווי דו כאפסט מיר ארויס די ווערטער פון מויל, מיר האבן גאנץ ענליכע געדאנקנגענג
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 10:29 am
דורך ענדע צדיק!
לכאורה האט געשריבן:מזל טוב צום פרישן שר האלף "צווייפל"
טויזנט פעסטע און געשמאקע תגובות! כה לחי!
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 10:36 am
דורך שמאטע
א גראם מיט טעם האט געשריבן:זאלסט קיינמאל פילען ווי א גענוצטע שמאטע
זאגט, איר האט געפרעגט רשות צו ניצען אונזער 'צעטיל קאפ' (לעטער העד)?...
מזל טוב צווייפעל... זאלסטו ווייטער צווייפלען אזוי צי'צווייפעל'ט ווי ביז יעצט!
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 11:44 am
דורך פריילאך
מזל טוב עין און צווייפל.
שמאטע, ביי אונז אין אפיס ווערט צוגעגערייט א ריזן ראבער מעט אויפן פאדלאגע, ווען מיר גייען ליינען דיין 1000 תגובה, זאל קיינער צוקלאפט ווערן ח"ו. קיפיטאף
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 11:57 am
דורך צווייפעל
יישר כח א גראם, כבין נייגעריג געווען צו איינער וועט עס אויפכאפן.
הרב לכאורה, כנעם עס פאר א קאמפלאמענט.
ענדע, יי"כ פאר דיין שטענדיגע הילף.
שמאטע, נעם אראפ דיין פעסווארד פון מיינע ליפן זאפארט!!!
פריילאך, דאנקע שיין.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 12:42 pm
דורך בוידעם
מזל טוב עין טוב צום אלף'ל
ביזט אונז אלע מחי' מיט דיינע שיינע תגובות.
----
צווייפל, מזל טוב צום טויזענסטע, יאר אר גוד ניוס. (שמעלקא, שריי נישט).
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 4:03 pm
דורך סמארט גאי
צווייפל דיינע תגובות זענען קלאר, און רוב מאל כאפט מיר א לעפצן צעשפרייטונג,
ביסט אפראווד פאר נאך א טויזנט תגובות, געגאנגען!
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 4:07 pm
דורך א גראם מיט טעם
שמאטע האט געשריבן:א גראם מיט טעם האט געשריבן:זאלסט קיינמאל פילען ווי א גענוצטע שמאטע
זאגט, איר האט געפרעגט רשות צו ניצען אונזער 'צעטיל קאפ' (לעטער העד)?...!
דו ביסט נישט געניצט, ביסט נאך פריש.....
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 6:54 pm
דורך געלעגער
מזל טוב יעדער
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 6:55 pm
דורך מטעמים
געלעגער האט געשריבן:מזל טוב יעדער
נאכנישט געזעהן אזא ניק.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 7:13 pm
דורך כרם
מזל טוב עין טוב צום אלף'ל
ביזט אונז אלע מחי' מיט דיינע שיינע תגובות.
----
צווייפל, מזל טוב צום טויזענסטע, יאר אר גוד ניוס.
#בוידעם איך האב אראפ גענימען די סטיקער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 12, 2015 10:37 pm
דורך א גראם מיט טעם
א מזל טוב זאגען כ'וויל זאגען סיי ווי
פארען חשוב'ע ניק ר' בנימין הלוי
געקומען צו דעם מאמענט
א שר האלף שוין איר זענט
תגובות קלאר און אינטעלגאנט
האקט נישט סתם די קאפ אין וואנט
זאל אייך שענקען דער קה רבון
יעדע וויי פון אייך ווערען פארטריבען
נאר גוטס אין אלע ענקערע פעולות
נאך א באנטש תגובות זעהן מ'וויל עס.
ווינטשט,
גראמעלע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 12, 2015 10:42 pm
דורך עין טובה
אה! בנימין! ברוך שזכינו אז איר האלט שוין דא, יעדע תגובה אזוי געמאסטן און געוואויגן! אזאנע קלארע ידיעות אין אלע נושאים! א מחי' דיר צו האבן דא!
איך ווארט צו זעהן נאך א ים מיט תגובות פון דיר!
מאת ידידך עוז, עין.