גריסן און שמועסן
מיטוואך ספטמבר 03, 2014 8:15 pm
צו זיין דער מברך בין איך דער יעגער
צו ווינטשען פאר אן אחראי גאר א פיעהיגער
נישט קיין צווייטע ווי אונזער געלעגער
געפלויגען איז א באן
טויזענטער נומער ניין
יעדע תגובה טראגט דעם סטעמפעל זיין
פארפעלט קיינמאל צו קאמענטירען אדער דאנקען
מיט זיין גאלדענע שריפט טוט זיך נישט פארהאנקען
דיפלאמאטישערהייט פארשיקט ער די באמבעס און טאנקען
בני חיי ומזוני אין דיין געצעלט
וואס דיר גלוסט זאל פון הימעל זיין צוגעשטעלט
ווייטער אונז מהנה זיין דא אויף אייוועלט
החותם בידידות,
א גראם מיט טעם.
Advertisement
מיטוואך ספטמבר 03, 2014 8:29 pm
מזל טוב טייערע געלעגער אויף דיין דערגרייכונג צו 9,000 תגובות, און אויף דיין ראנג העכערונג צו שר תשעת אלפים.
דער בוית"ש ויתע' זאל דיר משפיע זיין ברכות לרוב, שפע טוב, הצלחה בכל מעשי ידיכם, בעין טוב העליון, בשלו' ובשלוה בהשקט ובבטחה, חן וחסד ורחמים, א לעכטיג זיס יאר, די הייליגע שכינה זאל רוען ביי דיר תמיד.
מיטוואך ספטמבר 03, 2014 9:34 pm
טייבעלע האט געשריבן:מזל טוב טייערע געלעגער אויף דיין דערגרייכונג צו 9,000 תגובות, און אויף דיין ראנג העכערונג צו שר תשעת אלפים.
דער בוית"ש ויתע' זאל דיר משפיע זיין ברכות לרוב, שפע טוב, הצלחה בכל מעשי ידיכם, בעין טוב העליון, בשלו' ובשלוה בהשקט ובבטחה, חן וחסד ורחמים, א לעכטיג זיס יאר, די הייליגע שכינה זאל רוען ביי דיר תמיד.
מיטוואך ספטמבר 03, 2014 9:42 pm
טאקע? לאמיך שיקן און קוקן
מיטוואך ספטמבר 03, 2014 9:43 pm
יאפ. ס'קען נישט זיין! איינער כשר'ט די ביכער דא, עפעס שטימט נישט
דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 2:04 am
א דאנק פאר אלעס
דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 12:29 pm
מזל טוב געלעגער אונז עפרישיעטן זייער שטארק אייער ארבעט
מזל טוב לכתחילה אריבער פאר אייער אריבער שפרייזן די פערצן טויזענטסטע תגובה
דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 1:15 pm
אויסערן מיניסטער האט געשריבן:מזל טוב געלעגער אונז עפרישיעטן זייער שטארק אייער ארבעט
מזל טוב לכתחילה אריבער פאר אייער אריבער שפרייזן די פערצן טויזענטסטע תגובה
דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 1:17 pm
געלעגער האט געשריבן:יאפ. ס'קען נישט זיין! איינער כשר'ט די ביכער דא, עפעס שטימט נישט
נישט קיין קונץ, אלע פארברענגן תגובות וואס דו האסט אוועקגענומען די לעצטע פאר וואכן, האסטו דיר צוגעלייגט אויף דיין קאנטע
דזשאסט קידינג...
#אומפארגינינג
דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 1:34 pm
מזל טוב ידידנו לכתחילה אריבער אויף דיין דערגרייכונג צו 14,000 תגובות.
דער בוית"ש זאל דיר שענקן חן וחסד ורחמים, בעין טוב העליון, עינא חיוורא, ממזל טוב העליון להשפיע לך שפע ברכה והצלחה, די השפעות זאלן קומען בבחי' גבורות גשמים, אלוקי' יחננו, באש שורף ומשריף כל מונע ומעכב, עס זאל די שיינען אור פני מלך עליון ובפנים שוחקות, זאלסט זיין געוואונטשען בשנה טובה ומתוקה, ויתקיים בך הכתוב והריקותי לכם ברכה ע"ד בל"י 'ד"י', די הייליגע שכינה זאל אייביג רוהען ביי דיר.
דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 2:18 pm
קודם א מזל טוב פאר געלעגער. די גרינגסטע איז עס צו זאגן מיט א פשטות "מיר וואלטן נישט געקענט אן דיר"!!
יעצט א ישר כח פון מיניסטער פארן באמערקען אז עס קומט מיר א מזל טוב. א ריכטיגער יניק וחכים, קוים געקומען שוין אזויפיל צוגעלייגט! כמוך ירבו.
ישר כח ענדעצדיק, יעדע תגובה דיינע איז ליינענסווערט!
און טייבעלע טייבעלע, שוין וויפיל מאל מיר געווינשטען, און יעדעס מאל ברענגט עס אריין א ווארימע געפיל! א ריזן דאנק פאר די פילע ברכות, די טייערע ווערטער און אלע רמזים און רמזי רמזים וואס ליגען אין די ווערטער, זאל עס זיין לרצון אמרי פיך, און הוא נענה תחילה, זאל עס זיין במידה טובה מרובה, בתוך כלל ישראל. און פארשטייט זיך א ברכת כתיבה וחתימה טובה וגמר חתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה למטה מעשרה טפחים, אמן.
דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 2:22 pm
וואהווי, צוויי לייבן (נישט ממש באט..) האבן אריבערגעטאנצן מיל שטיינער
יישא כח פארן צוגעבן אזוי סאך צו אונזער וועלטעלע
דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 2:39 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:און טייבעלע טייבעלע, שוין וויפיל מאל מיר געווינשטען, און יעדעס מאל ברענגט עס אריין א ווארימע געפיל! א ריזן דאנק פאר די פילע ברכות, די טייערע ווערטער און אלע רמזים און רמזי רמזים וואס ליגען אין די ווערטער, זאל עס זיין לרצון אמרי פיך, און הוא נענה תחילה, זאל עס זיין במידה טובה מרובה, בתוך כלל ישראל. און פארשטייט זיך א ברכת כתיבה וחתימה טובה וגמר חתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה למטה מעשרה טפחים, אמן.
אמן ואמן!
דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 6:58 pm
לכתחילה, לאמיר זיך אנכאפן צוזאמען און זיך ארויסלאזן אין א דעפקע מיט די באקאנטע אמאליגע הסתרה ניגון "דער אויבערשטער זאל געבן געזונט און לעבן..."
א דאנק פאר אלע דאנקערס
דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 8:17 pm
מאנטאג ספטמבר 08, 2014 7:47 am
לכבוד ידידינו היקרים והחביבים
מו"ה געלעגער שליט"א ומו"ה לכתחילה שליט"א
ברכה והצלחה בכל מעשי ידידכם
געזונט פרנסה און נחת!
פרייטאג ספטמבר 12, 2014 9:32 am
א מזל טוב זיין קובע
פאר א חשוב'ן ניק שאינו יודע
דריי טויזענט תגובות געווען קונה
וויל איך ווינטשען במידה נכונה
פרנסה בשפע, אסאך נחת געזונטערהייט
אי"ה ביים נעקסטען טויזענטע נאכאמאל מיט פרייד
פרייטאג ספטמבר 12, 2014 10:48 am
ענדע צדיק האט זיך שטילערהייט אריבערגערוקט די טויזענטער
פרייטאג ספטמבר 12, 2014 11:05 am
א גראם מיט טעם האט געשריבן:א מזל טוב זיין קובע
פאר א חשוב'ן ניק שאינו יודע
דריי טויזענט תגובות געווען קונה
וויל איך ווינטשען במידה נכונה
פרנסה בשפע, אסאך נחת געזונטערהייט
אי"ה ביים נעקסטען טויזענטע נאכאמאל מיט פרייד
אמן
יישר כח
פרייטאג ספטמבר 12, 2014 11:29 am
א גראם מיט טעם
ביזטעך נישט סתם
האלטן קאפ אין מח
ווער עס קימט אהן הויעך
שיין באגריסן
אפעטיט ציגיסן
יעדער שפאקולירט
אזוי צו זיין מושטירט
א דעטעקטיוו א געניטע
מיט א חשבון א גוטע
צו זעהן וואו יעדער האלט
אין פארדאנקען דעם געשטאלט.....
פרייטאג ספטמבר 12, 2014 12:14 pm
שכ'ח שלום'ל.
פרייטאג ספטמבר 12, 2014 12:19 pm
מזל''ט צו מאן יימר
עם באגריסען גיימיר
געהעכערט אין ראנג כי לו יאה
געווארען א גרינע אחראי
מיר אלע זענען מחשיב דעם אויסוועל
מאן יימר איז א ניק ספעציעל
פארבעסערען דעם פלאץ מיט אלע אנדערע אחראים צוזאם
המברך בידידות, א גראם מיט טעם.
פרייטאג ספטמבר 12, 2014 1:41 pm
מזל טוב "שיינע איד" (אויף נאמען "שאינו יודע" בינעך ברוגז... ס'פשוט נישט אמת!).
תגבות מלא תוכן.
פרייטאג ספטמבר 12, 2014 3:03 pm
ענדע צדיק! האט געשריבן:(1000)
עפעס א
קלייניגקייט??!! דער האט דאך דערגרייכט דעם טויזענטער!
מזל טוב!!! כה יעזור ה' הלאה, אונז מהנה צו זיין מיין דיינע תוכנ'דיגע ווערק ביז די הונדערט און צוואנציג [טויזענט]!!!
זונטאג ספטמבר 14, 2014 6:18 am
מהכא להתם וויל איך ווינטשען ידידנו היקר מו"ה שאינו יודע שליט"א מיקירי בית מדרשנו
ברכה והצלחה בכל אשר תפנה
ובחדא מחתא אזכיר ידידנו מאז מו"ה מאן יימער שליט"א
געזונט פרנסה און נחת יהיו שרויים בביתך
וגם לרבות ענדע צדיק שליט"א
עס זאל גיין עד בלי די אהן קיין ענדע