Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג אוגוסט 11, 2014 5:28 pm

שנאפס האט געשריבן:אהא

#שלמה'לע

(לאמיר זעהן צו דו וועסט צוריקקומען..)

כאפסט א רוק פון הינטן.

Advertisement

מיטוואך אוגוסט 13, 2014 9:20 am

א מזל"ט פאר אונזער פיטום
א מחי' צו פארברענגען דא מיט עם

יעדע תגובה געשמאק און בא'חן'ט
א ניק וואן אוויר עי קיינד

נאך אן אלף'ל געשטיגען
גיי ווייטער דעם טיטעל שר עשרת צו באקריגען

מיט בני,חיי,ומזוני בשפע רב
פיטום'ל טייערע, מזל טוב !!!!

מיטוואך אוגוסט 13, 2014 9:36 am

5,000 תגובות ענדליך דערווארט
אבער מיר זענען פארצער'ט
מיטען פארלוסט פינעם מומחה

יעדע תגובה ווי א דיימאנט
אייביג גרייט צו געבען א האנט
און נאכדערצו מיט אזא שמחה

עס איז אונזער האף
אז ס'איז נאר א בלאף
און בלייבען דא עסטע וועלען

מהנה זיין מיט בילדער און ידיעות
אפשר טובות נאר פאר געלט טו עס
כדי מיר זאלען קענען ווייטער קוועלען

אדערווייל הצלחה אין אלע ענינים
אידיש נחת פין די בנים ובני בנים
געזונטערהייט שטענדיג זיין בשמחה

און האפענטליך עסטו בלייבען ביי אונזער קאנווענטשען
אלס שר עשרת וועלען מיר די נאכאמאל בענטשען
ווייל מיר ווילען נישט פארלירען אונזער מומחה


ידידך,
א גראם מיט טעם.

מיטוואך אוגוסט 13, 2014 11:24 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:שקר.

יעצט שוין יא נענטער צו די 17 :wink:

איצטערט צוריקגעפאלן...

מיטוואך אוגוסט 13, 2014 11:26 am

דאס איז צוליב וואס די הנהלה מעקט מיינע פארברענגען תגובות.

מיטוואך אוגוסט 13, 2014 11:29 am

פארוואס טוהן זיי עס? אפשר מיינסטו די אוועקגעפירטע?

מיטוואך אוגוסט 13, 2014 11:33 am

און די אנדערע ניקס וואס דערזעהן זיך מיט אביסל ווייניגער תגובות, דאס איז צוליב וואס זיי האבן זיך באצויגן אויף מיינס א תגובה, ווערט יענס אויך פארמעקט.

מיטוואך אוגוסט 13, 2014 11:33 am

ווי? וועלכע אשכול? פארוואס?
:oops: :oops:

מיטוואך אוגוסט 13, 2014 11:36 am

זאכליך האט געשריבן:ווי? וועלכע אשכול? פארוואס?
:oops: :oops:

תשבי יתרץ קושיות ואיבעיות...

מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:45 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:דאס איז צוליב וואס די הנהלה מעקט מיינע פארברענגען תגובות.


זייער גוט טיען זיי, כה לחי.. דו האסט נישט וואס צו זיכען אין ס'לעצטע ווארט אשכול, אדער אין די 3/4/5 ווערטער אשכולות, און וויבאלד דו פארשטייסט נישט אליינס דארפן זיי דיר עס ווינקען..

און אויב די ווייסט נאך אלץ נישט פארוואס פרעג מיר באישי

מיטוואך אוגוסט 13, 2014 1:30 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:דאס איז צוליב וואס די הנהלה מעקט מיינע פארברענגען תגובות.


זיי מעקן מסתמא די פאריאריגע שניי !!

די 3/4/5/ אשכולות באדערט נישט קיינעם

ירידה לצורך עלי'

מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:30 pm

איך האב אויך באמערקט וואו מען שניידט תגובות רעכטס און לינקס, ביי מיין בלאט פארבעסערונג אשכול וועלכע האט שוין געהאלטן ביי הינדערט זיבעציג תגובות (אפשר אביסל ווייניגער) און עס איז דראסטיש קלענער געווארן
אפשר האט על קאידא געהעקט אונזער וועלטל ממוז עס געוואויר ווערן

מיטוואך אוגוסט 13, 2014 4:59 pm

מזל טוב קנא פארן דערגרייכן 16,000 צום צווייטן מאל...!

מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:18 pm

זאכליך האט געשריבן:מזל טוב קנא פארן דערגרייכן 16,000 צום צווייטן מאל...!


נישט מסכים, "צום צווייטען מאל" זעט עפעס אויס ווי א סעקענד מעריטש..
מען דארף זעצן א בי"ד און דן זיין צו מען קען געבן א מזל"ט פאר א צווייטע מאל דערגרייכען...!

מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:38 pm

כ'האב שיעור נישט געשריבן "און צום דריטן מאל"...

מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:59 pm

שלום אויש האט געשריבן:איך האב אויך באמערקט וואו מען שניידט תגובות רעכטס און לינקס, ביי מיין בלאט פארבעסערונג אשכול וועלכע האט שוין געהאלטן ביי הינדערט זיבעציג תגובות (אפשר אביסל ווייניגער) און עס איז דראסטיש קלענער געווארן
אפשר האט על קאידא געהעקט אונזער וועלטל ממוז עס געוואויר ווערן


זיכער האט יענס על-קאידא געמעקט...

מיטוואך אוגוסט 13, 2014 10:20 pm

זאכליך האט געשריבן:מזל טוב קנא פארן דערגרייכן 16,000 צום צווייטן מאל...!

נאכנישט.... מ'האט אראפגעריקט נאכמער.... :cry: :cry: המקום ינחם...

דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 3:13 am

איך הייב נישט אהן צו פארשטיין וואס עס טוט זיך

דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 7:02 am

איז דא א לימיט וויפיל תגובות דער סיסטעם קען דערהייבען אז מען ברויך מעקען?

דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 7:15 am

וואס עפעס?
מבשרי אחזה
איך בין דאך ב"ה מוסיף והולך....

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 3:28 pm

ניק ניק האט זיך שטילערהייט דורוך געשווערצט די 2000 ער האלט ביי 2020

דינסטאג אוגוסט 19, 2014 3:40 pm

מיט זיינע אזויפיל פרישע און אינפארמאטיווע אפדעיטס אויף גאנצעטע חלקים אינעם גלאוב האט נאך מחותן צייט צו האלטן אן אויג אויף אזויפיל מינדערוויכטיגקייטן אויף אלע אקטאוועס
א דאנק ניק ניק פאר די ריזן ציפער תגובות וואס די שטעקסט אריין דא און א דאנק מחותן פארן אזוי שיין אהערשטעלן פולע נייעס באריכטן מיט זאפט און נאפט קיפ איט אפ...!!!!

פרייטאג אוגוסט 22, 2014 12:10 pm

מזל טוה "וואטיצעך" לרגל התעלותו לשר חמש מאות, ילך מחיל אל חיל.

ברכה והצלחה

מיטוואך ספטמבר 03, 2014 8:08 pm

מ'הערט מיך? איינער איז נאך, אדער איז די פארום שוין פארשפארט?

געלעגער האט אריבערגעשפרייזט ניין אלפים, געלעגער דיין פרישקייט אלעמאל איז צום באוואונדערן, און דיין ארבעט וואס דו לייגסט אריין איז אפריציעטעד.

קיפ איט אפ.

מיטוואך ספטמבר 03, 2014 8:11 pm

געלעגער פרייס-לעסס
שרייב א תגובה

Advertisement