בלאט 2 פון 220

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 27, 2006 5:15 pm
דורך 3x0
איך מעג וויסן פארוואס די ליגט (דערווייל) ביי ברוכים הבאים?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 27, 2006 5:18 pm
דורך 3x0
אויב סאדעס וועט אנקומען צו צוויי הונדערט פופציג וועט מן הסתם דו קרעטשמע אנקומען צו פופצען הונדערט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 27, 2006 5:19 pm
דורך יגרסהדותא
איך וועל דיר זאגן, איך האב געזוכט דעם אשכול אפאר מינוט, און נישט געטראפן, אבער מיר האבן דאך היינט - מיטן הילף פון ארענדער - אן אייגענעם חיפוש

FAQ, חיפוש, רשימת חברים, קבוצות משתמשים
פרופיל, יש לך 18 הודעות חדשות, התנתק [ יגרסהדותא ]


נו, האבן מיר דארט אריינגעקלאפט וואס מיר זוכן און געטראפן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 27, 2006 5:40 pm
דורך מעסטערמיינד
ווי אזוי האסטו געמאכט אזוי שיין אז עס זאל שטיין יש לך 18 הודעות חדשות?
כ'ווייס אז דו ווארט'סט אז איינער זאל דיך דאס פרעגען טוה איך דיר א טובה

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 28, 2006 11:11 am
דורך סאכדעס
סאכדעס שלעפט זיך אריין אין קרעטשמע מיט זיין 250 פונטיגע בייכעל, ער באמערקט מיט זיין געניט אויג אז דארט ביים זייט האט מען אריינגעברענט אן טישל פון אן אנדער שטיבל, און עס טוט זיך דארט אויף טישן און בענק, מיט זיין מאשינדל (בלוטוט) אויפן אויער הערט ער עפעס סאכדעס ... און ווידעראמאל סאכדעס.., אבער סאכדעס'ל -נאר יגר מעג האבן א ל' נאך זיין נאמען?- יאגט זיך נישט, ער זעצט זיך אויף איין טישל זאגט לחיים, און די זעלבע ביי די אנדערע טישלעך, ער העט שוין באלד הערן וואס גייט דארט פאר. און אט ער דערגרייכט שוין צון טישל, כאכאכאכא שיסט ער אויס אין א געלכטער, דער אוילעם גוילעם פארגינט איהם ער זאל אנקומען צו 250, וואס וויסן די אינגווארג, אפשר רעכענען זיי די קילא, ווייל ביי פונט איז סאכדעס'ל שוין לאנג אריבער דעם ציפער.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 30, 2006 3:38 pm
דורך סאכדעס
נו קיינער זאגט נישט מזל טוב, על איך שרייען הויך א הילכיגען מזל טוב פאר מיר אליינס.

מזל טוב.

און דא נאדיר א סמיילי ;p1;

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 30, 2006 4:49 pm
דורך יגרסהדותא
סאכדעס ביסט נישט דער ערשטער!!

פרעג מעסטערמיינד, מיט נאך חברים וואס זענען דא געווען היינט צופרי!

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 9:24 am
דורך סאכדעס
וואס בין איך נישט דער ערשטער? מיר צוזאגן מזל טוב? יאך האב שוין דאס געשריבן נעכטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 9:25 am
דורך יאנאש
ניין, דער לוזער מיינט עפעס אנדערש, אז ער איז געווען דער ערשטער צו אנקומען צו 250 תגובות.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 9:59 am
דורך סאכדעס
וואסטייטש? מיט צוויי ניקים?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 10:13 am
דורך יאנאש
ננין ער האט געעפענט אן אשכול, און ער האט געשריבן א ווארט א תגובה, איך האב עס נישט געזעהן אבער אזוי האט עפעס מעסטערמיינד מיר געזאגט.

פרעג איך דיר, איז ער נישט א לוזער?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 10:26 am
דורך סאכדעס
big time a looser

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 10:27 am
דורך יאנאש
big time a looser


מען זאגט a big time looser

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 10:31 am
דורך סאכדעס
שערקויעך יאנאש, העסט ווען געדארפט דאס לייגן ביי די אשכול פון לערנען סאכדעס ענגליש.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 10:33 am
דורך יאנאש
מען האט אפגעמאכט אז מען שרייבט וואס מען וויל, וואו אימער מען וויל, סאו געט די געהענים אוט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 10:34 am
דורך סאכדעס
ערלעדיגט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 10:35 am
דורך יאנאש
זייער גוט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 6:05 pm
דורך קרעמער
נאך לאנגע מאטערנישן האב איך ענדליך דערגרייכט היינט נאכמיטאג צו הונדערט תגובות, איך וואונטש זיך אליין "מזל טוב".

און איך מעלד איין דעם חשוב'ן עולם, אז איך פלאן בכלל נישט צו גיין אין קאמפעטישן חלילה מיט סאכדעס אדער יגר'ל, וועלכע האבן פשוט פריער אריינגעשפרינגן אינעם פארמעסט...

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 6:07 pm
דורך איך_הער
דאס מיינט צו זאגן אז איך דארף מיך אויך אליין אנוואונטשן ?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 6:14 pm
דורך מעסטערמיינד
קרעמער
קודם א הערצליכן מזל טוב און דערנאך פארוואס טאקע נישט פארדעם ביסטו דאך דער מייסד?


און פאר איך פארגעס


כ'הער מזל טוב זאלסטו טאקע זוכה זיין צו שרייבען דא אין די מיליאנען!

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 6:17 pm
דורך איך_הער
גרויסע שערקויעך , ווען איך דארף ווען עס טוהן פאר מיר אליין וואלטן די בזיונות געווען ריזיג .

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 6:42 pm
דורך קרעמער
מזל טוב "איך הער".

אגב, מיין פארמעסט מיט דיר איז בתוקפו.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 12:02 am
דורך בןהרחמן
יעצט זעה איך אז איך_הער האלט מיט איין טריט ווייטער פון קרעמער, העמיר זעהן מארגן וועם די בויך וועט מער דרוקן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 8:06 am
דורך יגרסהדותא
איך הער, מזל טוב.

איך בעט דיר ברחמים האלט דיך נידריג..., איך וויל דיר אפילו נישט אויס'משל'ן וויאזוי די קרעטשמע גייט אויסקוקן, אויב 4 מענטשן ליגן אין דעם פארמעסט... ...

האב רחמנות, אויב נישט פאר אונז, כאטש אויף די קרעטשמע...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 1:41 pm
דורך מעסטערמיינד
מיט גרויס פרייד נעם איך מיך די מוה אנציוואונטשען פאר איינער פון אונזערע באליבטע שרייבערלעך ה"ה כמר יגר'ל ני"ו לרגל פון ווערן באשטימט אלץ א שר מאתים וחמישים