בלאט 5 פון 220

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 15, 2006 1:17 pm
דורך איך_הער
מזל טוב קרעמער פארן אנקומען צו אכט הונדערט, ( פארוואס ס'האט גענומען אזוי לאנג האב איך מיך געוואונדערט )

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 15, 2006 2:13 pm
דורך קרעמער
ברוכים תהיו, און א גוט שבת.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 26, 2006 11:46 am
דורך קהל'ס נאר
מזל טוב פאר שוועמל פארן איבערנעמען מיין אלטע זיץ אויפן צענטן ארט פון די "צען מערסטע שרייבערס"

און א מזל טוב די קרעטשמע.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 26, 2006 11:47 am
דורך יאנאש
קהל'ס נאר האט געשריבן:
און א מזל טוב די קרעטשמע.



פאר?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 26, 2006 11:52 am
דורך קהל'ס נאר
עס איז בעט ניוס פאר די קרעטשמע אז א נאר איז פון די צען מערסטע שרייבערס -:c:h

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 26, 2006 3:47 pm
דורך קרעמער
א מזל טוב פאר מיר אליין פארן גרייכן צו איבער 900 תגובות.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 26, 2006 3:56 pm
דורך יגרסהדותא
אוי וויי, קרעמער, איך האב עפעס פארפאסט?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 26, 2006 6:21 pm
דורך איך_הער
איך ווייס נישט צו דו האסט עפעס פארפאסט, אונז פארפאס מיר זיכער, אבער אז דו מיינסט ערענסט וויל איך נישט זיין דער וואס שלעפט דיך צוריק, חזק, לאז זיך נישט פון די וואס לאכן פון דיר.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 26, 2006 7:00 pm
דורך קרעמער

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 26, 2006 11:12 pm
דורך איך_הער
מזל טוב פאר יאנאש, פאר זיין אכט הונדערט'סטע תגובה.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 26, 2006 11:18 pm
דורך קרעמער
מזל טוב יאנאש.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 26, 2006 11:44 pm
דורך איך_הער
מזל טוב פאר קנאי, פארן אריין קומען צווישן די צען מערסטע שרייבערס.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 27, 2006 8:59 am
דורך קרעמער
מזל טוב קנאי

וואו זעהט מען א ליסטע פון צען מערסטע?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 27, 2006 9:13 am
דורך 3x0
קרעמער האט געשריבן:וואו זעהט מען א ליסטע פון צען מערסטע?

גיי צו רשימת חבירים, און דריק אויף תאריך הצטרפות, און דריק אויף עשרת הכותבים הגדולים, און שטעל עס אן אויף סדר יורד, און דריק מיין.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 27, 2006 9:18 am
דורך קרעמער
יישר כח.

עס איז מיר היבש אינטערסאנט אז יגר'ל פיגורירט נאך פראמינענט אויף די TOP TEN ליסטע, טראץ זיין לאנגן אפוועזנהייט.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 29, 2006 1:58 pm
דורך איך_הער
מזל טוב שוועמל, צום אריין קומען צווישן די צען מערסטע שרייבער'ס, און אויך א מזל טוב צו דיין נייע פריזשידער, זאלסט עס ניצן געזונטערהייט, און אויך עס איבערלעבן געזונטערהייט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 03, 2006 7:29 pm
דורך 3x0
א בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער.

קוקטס מיט וויפיל תגובות אונזער געטרייער מייסד ומנהל האט אונז שוין מהנה געווען דא.

בילד

לאמיר אלע אויסשרייען א גרויסן יישר כח.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 03, 2006 7:44 pm
דורך cano
יא איך שטים מיט. און כמעט יעדע תגיבה איז געווען רייך
כמותך ירבו

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 03, 2006 8:01 pm
דורך shtilerheit
מזל טוב הרב קרעמער פארן אנקומען צו "איבער טויזענט" תגובות, ה' ישלם לך פעלך פארען אזוי מהנה זיין אזא ריזן ציבור.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 03, 2006 8:05 pm
דורך יאנאש
טענק יו קאסמא (בלשון חיבה) יו אר דעי בעסט.

(גראדע האב איך ליבערשט ג'אורג'ן, אבער דא איז ער דאך נישטא)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 03, 2006 10:32 pm
דורך קרעמער
יישר כח פאר אלע גוט-וואונטשער. אי"ה ביי אייך אויף שמחות.

איך מוז אייך זאגן אז די טויזנט תגובות זענען מיר נישט גרינג אנגעקומען.. קוקט אויף מיין בארד.. ווער געדענקט נאך "ווען איך בין אריינגעקומען דאהי, האב איך קוים וואנצן פארמאגט, ועתה, און יעצט... אזא שניי ווייסע בארד מלא על כל גדותיו"...

איר קענט יעצט פרעגן אן ערנסטע חושן משפט שאלה, אויב די טויזנט תגובות פון דאהי זענען זיך מצטרף צו די 3000 פון היידפארק וואס איך האב געשריבן מיט דעם קרעמער ניק, ווייל אויב יא, בין איך אייך שולדיג א מעשה (ווער געדענקט?).

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 03, 2006 10:52 pm
דורך 3x0
די וואס געדענקן נישט קענען דא קוקען פון וואס מען רעדט,.

איך האלט אז עס גייט צוזאמען.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 04, 2006 12:15 am
דורך איך_הער
מזל טוב קרעמער, כשם שנכנסת לטויזנט כן תכנס לצוויי טויזנט, און אזוי ווייטער,
דער אייבישטער זאל העלפן שלא ייבש המעין ולא יקצץ האילן - דיך זען שרייבן וואס מער מיר אלע ווילן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 04, 2006 12:18 am
דורך איך_הער
מיט קרעמער'ן אינאיינעם קען איך אים נישט מישן, אבער צו וואונטשן מזל טוב טוה איך מיך רישן,
טאמער וויל איינער וויסן צו וועמען דאס איז געשריבן, איך מיין טריאו וואס איז אנגעקומען צו הונדערט מאל זיבן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 04, 2006 12:49 pm
דורך סאכדעס
אוי וויי גארנישט באמערקט וואס דא טוט זיך, איך שריי הויך קרעמער דו הערסט? מזל טוב, לרגל עלותך להיות שר האלף.
איצט ביניך שוין נישט אליינ'ס דא ביין טישל.