מזל טוב פאר אונזערע מערסטע שרייבערס

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כאפצעם האט געשריבן:טענקס פארן הרוצה בעילום שמו פארן ווארעמען אישי מז"ט

א זעלטענע שמחה נעמט ארום די שפאלטענעס פון אייוועלט, ווען דער אלעמען באליבטער ניק @כאפצעם האט היינט מיטוואך אויפדערנאכט דערגרייכט דער אסטראנאמישער סכום פון 10,000 תגובות אויף אונזער וועלטעל.
יא, אמת, כאפצעם איז נישט דער איינציגסטער ניק אויף אייוועלט, און כאפצעם איז אויך נישט דער איינציגסטער אריבער צו שפרייזן צען טויזענט, אבער כאפצעם איז דער איינציגסטער "כאפצעם", דער נאמען, און אסאך אסאך מער די טיפע משמעות וואס דער נאמען ברענגט פאר אייוועלט.
*
אין א וועלט פון טראמפיזים, אין א צייט פון טראמפיזים, ווען א טייל פון דער חסידישער ציבור, זענען אנשטאט אידאלעך וועלעכע ליפטערן זיך מיט די אמעריקאנע פאליטיק, זענען ליידער אידן געווארן טראמפיסטן, און זענען פארנומען בייטאג און ביינאכט להצדיק את המשוגע, און לערנען שיעור עיון, אויך מיט די לאנגע תוס' פון עמוד ב', איבער דעם מהלך המחשבה פון דעם גוי, וועלעכע איז א נידריגע פערזאן ככל הגוים גם טראמפ.
אין דעם זמן, אחד הי' כאפצעם, וועלעכע האט זיך ארויס געשטעלט מיט איין נקודה, 'רבותי, טראמפ איז הייליג און טייער, אבער דער אמת נאך מער', און זיך קיינמאל דערשראקן פון חיצים ובליסטריות פן אלע זייטן, נישט פון דעם אומ'יושר'דיגן צונאמען 'טראל' וכו'.
נאכן ליינען און לעזן כאפצעם א שיינע תקופה, האב איך איינגעזען אז כאפצעם איז נישט א אנטי-טראמפ ניק, און נישט קיין דעמאקראטישע אדער ליבעראלע ניק, כאפצעם איז כאפצעם, נאר פארן אמת, און פאר פאקטן, זאל עס זיין קלינטאן, טראמפ, בייידען, נישט קיין חילוק ווער, אבער דער אמת, און דער פאקט איז דער ערשטער, און קיין דעמאגאגיע, און רעטאריק, וועט נישט טוישן די מציאות.
און דאס איז די סיבה פארוואס אייוועלט שאלט היינט ביינאכט, אז יא, הכאפצעם שלנו נצח, אונזער כאפצעם איז א שר עשרת אלפים, און איז דא מיט א פרישקייט ווי קיינמאל פריער.
מזל טוב! כה לחי!
----
קענסט ארויפלייגן די תגובה ברבים אין די מזל טוב אשכול צו ווי, אבער שרייב נישט ווער עס האט עס געשיקט

געב איבער פאר יענעם אז ער איז טויט משוגע. און זאג אים עס יא בשמי.

און פון די קטנות שטעלעך שוין צוזאם ווער יענער איז אויך.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

מזל טוב כאפצעם, מיר האבן שטארק הנאה פון דיר, כה לחי ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:טענקס פארן הרוצה בעילום שמו פארן ווארעמען אישי מז"ט

א זעלטענע שמחה נעמט ארום די שפאלטענעס פון אייוועלט, ווען דער אלעמען באליבטער ניק @כאפצעם האט היינט מיטוואך אויפדערנאכט דערגרייכט דער אסטראנאמישער סכום פון 10,000 תגובות אויף אונזער וועלטעל.
יא, אמת, כאפצעם איז נישט דער איינציגסטער ניק אויף אייוועלט, און כאפצעם איז אויך נישט דער איינציגסטער אריבער צו שפרייזן צען טויזענט, אבער כאפצעם איז דער איינציגסטער "כאפצעם", דער נאמען, און אסאך אסאך מער די טיפע משמעות וואס דער נאמען ברענגט פאר אייוועלט.
*
אין א וועלט פון טראמפיזים, אין א צייט פון טראמפיזים, ווען א טייל פון דער חסידישער ציבור, זענען אנשטאט אידאלעך וועלעכע ליפטערן זיך מיט די אמעריקאנע פאליטיק, זענען ליידער אידן געווארן טראמפיסטן, און זענען פארנומען בייטאג און ביינאכט להצדיק את המשוגע, און לערנען שיעור עיון, אויך מיט די לאנגע תוס' פון עמוד ב', איבער דעם מהלך המחשבה פון דעם גוי, וועלעכע איז א נידריגע פערזאן ככל הגוים גם טראמפ.
אין דעם זמן, אחד הי' כאפצעם, וועלעכע האט זיך ארויס געשטעלט מיט איין נקודה, 'רבותי, טראמפ איז הייליג און טייער, אבער דער אמת נאך מער', און זיך קיינמאל דערשראקן פון חיצים ובליסטריות פן אלע זייטן, נישט פון דעם אומ'יושר'דיגן צונאמען 'טראל' וכו'.
נאכן ליינען און לעזן כאפצעם א שיינע תקופה, האב איך איינגעזען אז כאפצעם איז נישט א אנטי-טראמפ ניק, און נישט קיין דעמאקראטישע אדער ליבעראלע ניק, כאפצעם איז כאפצעם, נאר פארן אמת, און פאר פאקטן, זאל עס זיין קלינטאן, טראמפ, בייידען, נישט קיין חילוק ווער, אבער דער אמת, און דער פאקט איז דער ערשטער, און קיין דעמאגאגיע, און רעטאריק, וועט נישט טוישן די מציאות.
און דאס איז די סיבה פארוואס אייוועלט שאלט היינט ביינאכט, אז יא, הכאפצעם שלנו נצח, אונזער כאפצעם איז א שר עשרת אלפים, און איז דא מיט א פרישקייט ווי קיינמאל פריער.
מזל טוב! כה לחי!
----
קענסט ארויפלייגן די תגובה ברבים אין די מזל טוב אשכול צו ווי, אבער שרייב נישט ווער עס האט עס געשיקט

געב איבער פאר יענעם אז ער איז טויט משוגע. און זאג אים עס יא בשמי.

און פון די קטנות שטעלעך שוין צוזאם ווער יענער איז אויך.

אין א זמן שמחה רעהט מען נישט אזוי, חאטש ווינטש אים א ווארימע מזל טוב ..

ס'קומט זיך קרעדיט פאר כאפצעם וויבאלט רוב שרייבערס וואס זענען נישט אויף טראמפ זייט הערן דא אויף צושרייבן, כדוג' שלמה מיט בודעם אין נאך, מ'ווערט דא אסאך אטאקירט, בפרט יעדע שטיק צייט קומען ארויף דא אפאר שאנעשוינע אינגערלייט אין מ'שיסט ארויס ווי מעכטיג אין כיטער טראמפ איז אין מאכט צו נאר די אלע מתגדים, ס'איז שווער צו זאגן א מיינונג, אלזא באדאנק איך אים פרעזענדליך פארן מהנה זיין די עולם מיט זיינע נייעסלעך אין אנאליזם.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כתמר יפרח האט געשריבן:אין א זמן שמחה רעהט מען נישט אזוי, חאטש ווינטש אים א ווארימע מזל טוב ..

ס'קומט זיך קרעדיט פאר כאפצעם וויבאלט רוב שרייבערס וואס זענען נישט אויף טראמפ זייט הערן דא אויף צושרייבן, כדוג' שלמה מיט בודעם אין נאך, מ'ווערט דא אסאך אטאקירט, בפרט יעדע שטיק צייט קומען ארויף דא אפאר שאנעשוינע אינגערלייט אין מ'שיסט ארויס ווי מעכטיג אין כיטער טראמפ איז אין מאכט צו נאר די אלע מתגדים, ס'איז שווער צו זאגן א מיינונג, אלזא באדאנק איך אים פרעזענדליך פארן מהנה זיין די עולם מיט זיינע נייעסלעך אין אנאליזם.

די ביסט טאוטעלי אףף די רעילס..

בוידעם האט נישט אויפגעהערט שרייבן וועגן די טראמפ ניקס, און שלמה אויך נישט. אזוי אויך ידידי עוז מו״ה כאפצעם שרייבט אויך נישט ״בלויז״ אנצוהאלטן א אנטי טראמפ מאוומענט. און אויב פארשטייסטע נישט וואס איך זאג, דאן האט איר געדריקט א אומריכטיג קנעפל, אנטשולדיגט פארן זיך טרעפן.

יעצט, איך האב בכלל נישט אטאקירט דאס עצם מזל טוב ווינטשן וואס יענער אנאנימום ניק סלעש אנאנימום ניק האט געשריבן פאר כאפצעם אינישי, און אויך איזעס בכלל נישט קיין זמן שמחה [אין רילייף יא, סידעך אדר] כ׳האב זיך באצויגן צו די קטנות שבו, די סארט קטנות מיט וואס אייוועלט ווערט געפלאגט די לעצטע צייט. אזוי אומוועלנדיג צולייגט ער אזוי גוט דעם פראבלעם וואס אטאקירט דעם סייט שוין א לענגערע צייט, אז מיינע האר פון קאפ האבן זיך אויפגעשטעלט.

און אין זייער אין קורצן. דא אויף אייוועלט זענען נישט פארהאן קיין בלינדע טראמפ שטיצער, און אויך נישט קיין סתם טראמפ האַסער. מיר אלע זענען א גרופע חבירים וואס זיכן צו ברענגען א שמייכל אויף א צווייטן, ברענגן נייעס אין אפדעיטס, ליינען רייכע ארטיקלען, א געשמאקע קרעטשמע ווי זיך אויסצובלאזן אין די פרייע מינוטן, אדער סתם צו פארברענגען בשעת׳ן זיצן דארט ווי די אלטע מענטשן גייען מיט שמשים.

ניקס האבן דיעות שונות!? ס׳איז פארהאן ניקס וואס שרייבן פיטש קאפויער פון זאכן וואס די טראכסט!?.. גוד מארנינג אמעריקא, כ׳האב פאר דיר נייעס! אינטער די ניקס זענען פארהאן עכטע מענטשן, און אויב פארשטייסטו אז צווישן מענטשן איז דא פארשידענע מיינונג פארשידענהייטן, דאן פארוואס צווישן ניקס נישט?..

עניוועי, אייוועלט איז נישט קיין פארטיי רעפרעזענטאציע פארום, נישט פאר די אידישע פאליטיק און נישט פאר להבדל די נישט אידישע שטותים. אויב גיי איך נאך איינמאל זעהן עימיצער אטאקירט די א״ג פרא טראמפ ניקס, בל״נ מ׳גיימער הייבן (פיס) [הענט] פון דאנעט!

און אויב ווילסטו וויסן וואס סמיינט אטאקירן ניקס, דא האט איר א סעמפל.
אין א וועלט פון טראמפיזים, אין א צייט פון טראמפיזים, ווען א טייל פון דער חסידישער ציבור, זענען אנשטאט אידאלעך וועלעכע ליפטערן זיך מיט די אמעריקאנע פאליטיק, זענען ליידער אידן געווארן טראמפיסטן, און זענען פארנומען בייטאג און ביינאכט להצדיק את המשוגע, און לערנען שיעור עיון, אויך מיט די לאנגע תוס' פון עמוד ב', איבער דעם מהלך המחשבה פון דעם גוי, וועלעכע איז א נידריגע פערזאן ככל הגוים גם טראמפ.

וקצרתי
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

כתמר יפרח האט געשריבן:
ס'קומט זיך קרעדיט פאר כאפצעם וויבאלט רוב שרייבערס וואס זענען נישט אויף טראמפ זייט הערן דא אויף צושרייבן, כדוג' שלמה מיט בודעם אין נאך, מ'ווערט דא אסאך אטאקירט, בפרט יעדע שטיק צייט קומען ארויף דא אפאר שאנעשוינע אינגערלייט אין מ'שיסט ארויס ווי מעכטיג אין כיטער טראמפ איז אין מאכט צו נאר די אלע מתגדים, ס'איז שווער צו זאגן א מיינונג, אלזא באדאנק איך אים פרעזענדליך פארן מהנה זיין די עולם מיט זיינע נייעסלעך אין אנאליזם.

א טיפיקעל אנטי טראמפ תגובה: באוואשט אלע פרא טראמפ שרייבער אלס 'שאנעשוינע אינגערלייט (דו ביזט מן הסתם הונדערט אכציג יאר אלט ענד קאונטינג), און בו בזמן שרייט ער מיט קראקאדיל טרערן אז ער ווערט נעבעך באוואשן.
און שטייצעך אז די פאקטן וואס שטייען דערין האבן נישט די מינדעסטע שייכות מיט'ן מציאות אויף פלאנעט ערד, אבער וואגן זאל זיך איינער עס אפצופרעגן. ער וועט גלייך אטאקירט ווערן אלס בלינדער טראמפ שטיצער דורך די אנטי טראמפ 'נרדפים'.

ס'נישט די ערשטע דיינס און ווארשיינליך נישט די לעצטע, און דו ביזט ווייט נישט קיין אויסנאם.

א גוטן מועד
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

Think and Thank האט געשריבן:

ניין, איך האב קיינעם אטאקירט, כ'האב קיינמאל געזאגט אז אלע טראמפ חברה זענען שנה ראשונה אינגערלייט, כ'האב ס"ה געזאגט אז צו שרייבן קעגן טראמפ מיז מען זיין גרייט צו ווערן אטאקירט, אין דיין תגובה איז א סעמפל.

די מציאות איז אז אייוועלט איז זייער גענויגט צו טראמפ, געב א קוק אויף די אלע אנקעטעס דא וועגן טראמפ, פאר סאם ריזען געווינט ער אלעמאל מיט א לענסלייד, ווי די מעגא באמעבערס וכ'ו אדער ווי די אנקעטע.

נאר נעכטן האט איינער דאס געשריבן
א נייער האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:יעך וואלט געשטימט פאר @כאפצעם ער סאונד פוריםדיג מיט זיינע דעמעקראטישע תגובת.
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
.just joking

נע.... יעדע קהילה כדי עס זאל מצליח זיין דארף עס האבן א מתנגד, @כאפצעם איז זייער גוט פארדעם, ער קען גוט טראכטן פארקערט.....

עניוועי, האב מיר א פרייליכן...
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

איי איי איי....
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אויב גיי איך נאך איינמאל זעהן עימיצער אטאקירט די א״ג פרא טראמפ ניקס, בל״נ מ׳גיימער הייבן (פיס) [הענט] פון דאנעט!

דאס זאלסטו נישט טון בשום אופן!! פארשטאנען?! איי דאונט קעיר וואט עני ניק סעי אבאוט יו, אָר עניבאדי'ס ניק!

מ'וועל מיר דיר מיט דעם
שטריק.jpg
שטריק.jpg (25.58 KiB) געזען 1241 מאל
שטריק צובינדן!!!
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

זענען ליידער אידן געווארן טראמפיסטן

אחד הי' כאפצעם

איך האלט גראדע אויך אז די פראו טראמפערס האבן די מאכט און די מערהייט דא אויף אייוועלט, אבער יענער אישי תגובה איז פראבלעמאטיש, ער לייגט עס אראפ ווי גלייך עס איז דא א ירידת הדורות און די היינטיגע אינגעלייט זענען ליידער פארכישופט פאר טראמפ, און ברוך השם אשר לא השבית לנו גואל, דער באשעפער האט נישט איבערגעלאזט זיינע שאף אויף הפקר, און ער האט אינז געגעבן א כאפצעם וואס זאל אנהאלטן דעם אידישן פינק...

#שמאלקעפיגקייט

יענער איז אזא שטארקע אנטי טראמפער אז ער קען זיך שוין נישט אויסליפטערן מיט פאליטיק, עס טרעט אים צו די נערווען צו זען אז מענטשן זענען פאר טראמפ.
איך בין אויך למחצה/לשליש ולרביע אנטי טראמפ. אבער דאס אריינלייגן די פאליטיק אין אידישקייט איז די בוק דעפיניציע פון שמאלקעפיגקייט.

אנטשולדיגט פאר מיין אויסברוך.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

איך וויל נישט רעאגירן דא אינעם מזל טוב אשכול איבער די נושא, אבער ההכרח לא יגונה.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

שפיגליצקי האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אויב גיי איך נאך איינמאל זעהן עימיצער אטאקירט די א״ג פרא טראמפ ניקס, בל״נ מ׳גיימער הייבן (פיס) [הענט] פון דאנעט!

דאס זאלסטו נישט טון בשום אופן!! פארשטאנען?! איי דאונט קעיר וואט עני ניק סעי אבאוט יו, אָר עניבאדי'ס ניק!

מ'וועל מיר דיר מיט דעם
שטריק.jpg
שטריק צובינדן!!!

טשאדעלע! קלאפ אויף דיין מויל, כ'מיין פיס ...
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

כתמר יפרח האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
כתמר יפרח האט געשריבן:
ס'קומט זיך קרעדיט פאר כאפצעם וויבאלט רוב שרייבערס וואס זענען נישט אויף טראמפ זייט הערן דא אויף צושרייבן, כדוג' שלמה מיט בודעם אין נאך, מ'ווערט דא אסאך אטאקירט, בפרט יעדע שטיק צייט קומען ארויף דא אפאר שאנעשוינע אינגערלייט אין מ'שיסט ארויס ווי מעכטיג אין כיטער טראמפ איז אין מאכט צו נאר די אלע מתגדים, ס'איז שווער צו זאגן א מיינונג, אלזא באדאנק איך אים פרעזענדליך פארן מהנה זיין די עולם מיט זיינע נייעסלעך אין אנאליזם.

א טיפיקעל אנטי טראמפ תגובה: באוואשט אלע פרא טראמפ שרייבער אלס 'שאנעשוינע אינגערלייט (דו ביזט מן הסתם הונדערט אכציג יאר אלט ענד קאונטינג), און בו בזמן שרייט ער מיט קראקאדיל טרערן אז ער ווערט נעבעך באוואשן.
און שטייצעך אז די פאקטן וואס שטייען דערין האבן נישט די מינדעסטע שייכות מיט'ן מציאות אויף פלאנעט ערד, אבער וואגן זאל זיך איינער עס אפצופרעגן. ער וועט גלייך אטאקירט ווערן אלס בלינדער טראמפ שטיצער דורך די אנטי טראמפ 'נרדפים'.

ס'נישט די ערשטע דיינס און ווארשיינליך נישט די לעצטע, און דו ביזט ווייט נישט קיין אויסנאם.

א גוטן מועד

ניין, איך האב קיינעם אטאקירט, כ'האב קיינמאל געזאגט אז אלע טראמפ חברה זענען שנה ראשונה אינגערלייט, כ'האב ס"ה געזאגט אז צו שרייבן קעגן טראמפ מיז מען זיין גרייט צו ווערן אטאקירט, אין דיין תגובה איז א סעמפל.

די מציאות איז אז אייוועלט איז זייער גענויגט צו טראמפ, געב א קוק אויף די אלע אנקעטעס דא וועגן טראמפ, פאר סאם ריזען געווינט ער אלעמאל מיט א לענסלייד, ווי די מעגא באמעבערס וכ'ו אדער ווי די אנקעטע.

נאר נעכטן האט איינער דאס געשריבן
א נייער האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:יעך וואלט געשטימט פאר @כאפצעם ער סאונד פוריםדיג מיט זיינע דעמעקראטישע תגובת.
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
.just joking

נע.... יעדע קהילה כדי עס זאל מצליח זיין דארף עס האבן א מתנגד, @כאפצעם איז זייער גוט פארדעם, ער קען גוט טראכטן פארקערט.....

עניוועי, האב מיר א פרייליכן...

כתמר כדי זיך צי סעלפס דעפענדען ברענג נישט אראפ א תגובה וואס איך האב געשריבען ביי א פוריםדיגע אשכול Thanks.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@טשאדעלע, @דערבארומדיגער.

אה, סוי וואס איז פשט פון די גרויליגע תגובות?

מטעמים האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:מ'זעהט דא קלאר אז די אנטי טראמפ'ס זענען די מינאריטעט, אבער האקן מער אויפן קי-בארד, ווי מען קען נאר, קעגן די פרא'ס וואס באגניגען זיך מיט וואוטען און גיין ווייטער....

ענליך צו די אנטי וואקסין מאוומענט, הא?

און עס איז נישט אמת אויך נישט, עס איז דא אסאך מער פרא טראמפ תגובות.

און ר' זעקל די תגובות אין די פורים אשכול איז למעשה רדיפות אויף @כאפצעם.

און איך קען אויך אויפהערן שרייבן פאליטיק אויב די לופט בלייבט אזוי.

-------------------------------

פארוואס איז @שלמה הילדעסהיימער אוועק?

אישי איז אויך גוט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

צל עובר האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:מ'זעהט דא קלאר אז די אנטי טראמפ'ס זענען די מינאריטעט, אבער האקן מער אויפן קי-בארד, ווי מען קען נאר, קעגן די פרא'ס וואס באגניגען זיך מיט וואוטען און גיין ווייטער....

ענליך צו די אנטי וואקסין מאוומענט, הא?

און עס איז נישט אמת אויך נישט, עס איז דא אסאך מער פרא טראמפ תגובות.

און איך קען אויך אויפהערן שרייבן פאליטיק אויב די לופט בלייבט אזוי.

זיכער איז דא מער פרא טראמפ'ס, אבער איינער וואס שרייבט פרא קענסטו נישט בלעימען, אזוי איז מיט יעדע זאך, פרא איז נארמאל.

ווילסט שרייבן אנטי? דאס האט א מאס. די פרא טראמפ האבן נישט געשריבן אזוי אנטי אבאמא אדער אנטי קלינטאן ווי די יעצטיגע אנטי טראמפערס. פאזעטיוו און נעגאטיוו איז צוויי זאכן און מ'קען עס נישט פארגלייכן.

און איך פארשטיי דיר פארן טראכטן פון אויפהערן שרייבן פאליטיק אין אזא ווינט וואס בלאזט דיר אין פנים, אויב דיין ציל איז בלויז דעבאטעס, נישט פשוטע פאליטישע נייעס פאקטן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

@צל, איך וויל די זאלסט מיר אויפזיכן אפילו איין תגובה ווי א פרא טראמפ ניק זאל שרייבן אזאנע עקלדיגע זאכן אויף אנטי טראמפערס, ווי דער קטן צו כאפצעם אין אישי.

ווידער פארקערט, איך קען דיר ברענגען צענדליגער אזאנע אנטי טראמפ תגובות וואס איז שוין געשריבן געווארן אין פאבליק. אריינגערעכנט באזינדער געעפענטע אשכולות!

און די פאקט אז אויף אייוועלט איז פארהאן מער פרא טראמפ׳ערס ווי אנטי, געבט זעראו צו צו דיין טענה.
רשעות קאלטע סעלצער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@אסדר, האב נישט מורא, דעבאטעס שרייב איך ווייטער, פאקטן מיט נייעס שטעל איך שוין נישט צו.

די ווינט איז ניישט יעצט געווארן פרא טראמפ, נאר בערך ווען טראמפ האט געווינען די פריימעריס, יעצט קוקט אויס איז עס צוריק געווארן הייס, קען זיין ווייל די 2020 סיזען האט זיך שוין אנגעהויבן.

טראמפ זאגט אויך דעם ליגענט אז די רעפאבליקאנער האבן נישט אזוי גע'רודפ'ט אבאמע.

מען מעג שרייבן פרא און אנטי קעגן וועלכן פאלטיטישען מען וויל וויפיל מען וויל.

מען טאר אבער נישט אראפרייסן די אנדערע זייט.

---------------

@טשאדעלע, יענער קטן שרייבט עס אין אישי, אדער געהעריג?

סך הכל א לקיקה פאר @כאפצעם.

דאס אז עס איז דא מער טראמפערס איז נישט קיין פוינט פאר א טענה, עס איז א פשוטע רעפלעקשען פון די היימישע גאס.

איך בין נאר מעיר אויף יענע תגובה אז עס איז אויך דא מער פרא טראמפ "תגובות", אבער נישט דאס איז בכלל מיין פוינט.

---------------------

בייי מיר צו פארגלייכן אנטי טראמפ צו אנטי וואקסין איז כמעט די גרעסטע אינסאלט וואס מען קען שרייבן.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דער שרייבער האט געשריבען אז די אנטי איז די מינארעטי אבער מאכען מער נויז און איך האב געטראכט אז עס איז צו געגליכען צו די אנטי וואקסין מאוומענט וואס איז די מינאריטעט אבער מאכען די מערסטע נויז.

איך כאפ נישט פארוואס דאס איז א אינסאלט, ביינונז פלעגט מען זאגען אויף עפעס א חסידות אז זיי זענען דרייסיג פראצענט פונעם עולם נאר מיטען ווינדשיעלד זענען זיי זיבעציג פראצענט, עס איז געוועהן א אייזערנע זשאוק בימים ההם ווי יעדער האט געשמייכעלט דערפון, אמת צו נישט אמת איז עס נאכאלס א זשאוק.

מיר איז קיינמאל נישט בייגעפאלען צו זשאזשען אלע אנטי טראמפערס אינטער איין שירעם מיט א צונאמען, רוב אנטי טראמפערס זענען זייער קלוג און אינטעליגענט און א קליין חלק זענען זייער רייצעריש און נאריש און עס איז אקוראט די זעלבע אויף די פרא זייט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

צו זיין פרא טראמפ האט מען געמוזט זיין אנטי עסטעבלעשמענט, אנטי בוש, אנטי דעמעקראטן, אנטי מידיע, אנטי עף בי איי, אנטי יעדער וואס האלט אנדערש ווי די ירום.
איך בין פרא יעדעם, כ'האב נאר איין אישו מיט טראמפ.
אלזא זעה איך נישט די צוגלייך צו די אנטי וואקסינען.

איך זעה נישט איינער אז ווען מ'האקט קעגן קלינטאן אדער ראמני זאל עס איינער אנעמען פערסענעל, קענסט האקן קעגן יעדע גוי די ווילסט, איך בין נישט זייער פארטרעטער.
אבער פאר וועלעכע סיבה זאל נישט זיין ווען איך וועל שרייבן א תגובה קעגן טראמפ, א גוי, א בעל גאה, א נארסיסט, פין די נידעריגסטע וואס די גוים פארמאגן, וועלן זיין דא אפאר (נישט יעדעם) חסידישע היימישע אידן וואס וועלן דאס נעמען מורא'דיגע פערסענעל.

קען זיין איך בין זעך טועה, אבער פין זיך דרייען דא א שטיק צייט קוקט מיר שטארק אזוי אויס אז דאס איז די מעין גורם פארוואס די לופט ווערט אזוי פארפעסטיקט מיט קטנות.

מ'דארף צוריק ארויפברעגן די אשכול viewtopic.php?f=3&t=32638
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

כתמר יפרח האט געשריבן:אבער פאר וועלעכע סיבה זאל נישט זיין ווען איך וועל שרייבן א תגובה קעגן טראמפ, א גוי, א בעל גאה, א נארסיסט, פין די נידעריגסטע וואס די גוים פארמאגן, וועלן זיין דא אפאר (נישט יעדעם) חסידישע היימישע אידן וואס וועלן דאס נעמען מורא'דיגע פערסענעל.

רוב מאל ווען מען נעמט עס פערסענאל איז עס ווען די אנטיס שרייבען אויף א רייציערישע אדער קינדערישע אופן עס איז אפילו דא צוויי ניקס וואס זייער אלע תגובות ארבעטען אויף אזא אופן ביי די אנדערע זייט איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא ניק אדער אפילו ענדליכס און די איבריגע אנטיס כאפען עס אפילו נישט. א דוגמה ווי די איבריגע אנטיס זען עס נישט עס איז דא א ניק וואס אים פלעגט באדערען אויב מען האט געשריבען אויף אבאמא א טיטל וואס אים האט נישט געשמעקט און ער האט זיך געפילט מחויב צו מוחה זיין אבער ארענדזשע און נעבן דעם נאך עפעס א קינדערישע אויסדריק פלעגט אים נישט באדערען און ער אליינס האט עס אויך געציילטע מאל גענוצט
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

גענוג אשכולות סרח'נען שוין פון ענקערע סטופיד קריגערייען, מאסן אשכולות קען מען נישט אריינטרעטן צוליב ענקערע שוואכקייט אין זיך האלטן צו נייעס און מוז אלעס פארקירעווען צו נארישע לאנגע לשיטתו'ס, וריחו נודף למרחוק ומצודתו פרוסה על כל אייוועלט כולו, גענוג!
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מיסטעריעז האט געשריבן:גענוג אשכולות סרח'נען שוין פון ענקערע סטופיד קריגערייען, מאסן אשכולות קען מען נישט אריינטרעטן צוליב ענקערע שוואכקייט אין זיך האלטן צו נייעס און מוז אלעס פארקירעווען צו נארישע לאנגע לשיטתו'ס, וריחו נודף למרחוק ומצודתו פרוסה על כל אייוועלט כולו, גענוג!

מיסטעריעז האט לעצטנס גענומען גאר א שטייפע שטעלונג קעגן פארפירן אשכולות. אבער אזוי שארף האב איך אים שוין נישט געזען מאז באתי לאייוועלט. איך ציטער אז באלד קומט א 'פארוואס האב איך באשלאסן צו...' אשכול, רח"ל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

כתמר יפרח האט געשריבן:אבער פאר וועלעכע סיבה זאל נישט זיין ווען איך וועל שרייבן א תגובה קעגן טראמפ, א גוי, א בעל גאה, א נארסיסט, פין די נידעריגסטע וואס די גוים פארמאגן, וועלן זיין דא אפאר (נישט יעדעם) חסידישע היימישע אידן וואס וועלן דאס נעמען מורא'דיגע פערסענעל.

צענדליגער פון דיינע תגובות אנטהאלטן דיין דאזיגע סטעיטמענט, וואס האט נישט די מינדעסטע דעקונג. דו שרייבסט עס אין כמעט יעדע שמועס ווי דו ביזט אינוואלווד. פאקטיש איז דאס דיין וועג ארויס ביי יעדע דעבאטע, ווען דו קענסט נישט אפפרעגן די פאקטן, קומט פלוצלונג אפיר די 'בלינדע טראמפ שטיצער', 'פייערדיגע חסידים' וכו' וכו'. שטייצעך אז דו לייגסט צו דעם לחש 'כ'מיין קיינעם נישט פון אייוועלט'.

און דו ביזט נישט דער איינציגסטער. דאס אטאקירן סיי ווער עס האלט אנדערש ווי מיר (שטייצעך מיט'ן לחש הנ''ל) איז גאר איינגעפירט ביי אסאך טראמפ האסער, און סיז העכסט נארמאל צו זעהן אינמיטן א נארמאלע דעבאטע ווי מען שמועסט אויס נקודות לכאן ולכאן, עטליכע אזאנע תגובות.

און די הנהלה לאזט עס אפיציעל צו, וויבאלד איינער פון די מאכטפולסטע ביי זיי האסט טראמפ (און זיינע שטיצער) אזוי שטארק ווי דיר. פאקטיש האט מיר אן אחראי אמאל געשריבן אויף איינעם אז יענער איז בטבע א ציפעדיגער וואס האט ליב צו מאכן יענעם שפרינגען, אלס תי' פארוואס מען לאזט אים טראלן אויף אייוועלט! און ווען איך האב געלייגט אין מיין חתימה א קוואוט וואס דער טראל האט באמת געשריבן - כאטש ער האט א טאג פארדעם און א טאג דערויף געשריבן גענוי פארקערט כדרכם של טראלס - האט מען גאר געמעקט מיין חתימה.

מיין תגובה גייט מען שטייצעך מעקן, און אפשר מיר אפי' מזכה זיין מיט א חסימה, און אויב עס מאכט ענק פילן גרויס, גאו אהעד. די סייט איז א קראנקע פלאץ וואו קראנקע שרייבער קענען טוען ככל העולה על רוחם, און וויינען נאך דערנאך מיט קראקאדיל טרערן אז מען טשעפעט זיי.

און דערפאר מוז איך גיין אין די פיסטריט פון פילע פון מיינע פרא-טראמפ חברים, און פארלאזן דאס פלאץ.

ובזה סיימתי, און איך וועל בל''נ מער נישט ענטפערן. אויב דו חלש'סט צו האבן דאס לעצטע ווארט איז דאס דיין געלעגנהייט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

טינק, דו הערסט נישט אויף אוועקצוגיין פון דא. אויב האסט עס נישט ליב שווייג און פארטיג.
קום נישט אריין דא מיט דיינע סטראשערייען יעדע צווייטע טאג.
קענסט דיר ראויגערהייט גיין פון דאנעט.
צום ווידערזעהן.
-יהודי.
א פשוטע איד.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

Think and Thank האט געשריבן:און דערפאר מוז איך גיין אין די פיסטריט פון פילע פון מיינע פרא-טראמפ חברים, און פארלאזן דאס פלאץ..

אזוי ווי צענדליגער ניקס פון ביידע זייטן וואס פארלאזן ס'פלאץ און מיטאמאל... אן אויסגוס פון פרישע ניקס וועמען יעדער באגריסט מיט פרייד אין די צייט וואס מ'באקלאגט נאך די אלטע...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

מיסטעריעז האט געשריבן:גענוג אשכולות סרח'נען שוין פון ענקערע סטופיד קריגערייען, מאסן אשכולות קען מען נישט אריינטרעטן צוליב ענקערע שוואכקייט אין זיך האלטן צו נייעס און מוז אלעס פארקירעווען צו נארישע לאנגע לשיטתו'ס, וריחו נודף למרחוק ומצודתו פרוסה על כל אייוועלט כולו, גענוג!

שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”