בלאט 36 פון 38

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 16, 2007 3:10 pm
דורך סאכדעס
לאמיר נישט מאכן קיין אישו פון קיין טישו אבער כאגארנישט געוואוסט אז צייטליך איז געווען היינט מיט דיין מנין....

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 16, 2007 4:48 pm
דורך קרעמער
היינט האבן מיר געכאפט דעם אכטער מנין, וואס דער בעל תפילה קבוע האט א מנהג צו דאווענען דעם גאנצן דאווענען אויפן נוסח פון אשרי-יושבי... ס'טייטש: שנעל!

עס האט גענומען - תהלים און יהי רצון אריינגערעכנט - א האלבע שטונדע.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 16, 2007 8:51 pm
דורך איך_הער
סאכדעס האט געשריבן:לאמיר נישט מאכן קיין אישו פון קיין טישו אבער כאגארנישט געוואוסט אז צייטליך איז געווען היינט מיט דיין מנין....


און יעצט ווייסטע שוין יא?

היינט האמער קוים געמאכט א דרייער. (ווער ס'געדענקט נישט די נאמבער'ס, זאל גיין צו די ערשטע פעידזש.)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 16, 2007 10:54 pm
דורך סאכדעס
יא יאכער, כ'ווייס כ'ווייס, שערקויעך.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2007 12:45 pm
דורך קרעמער
היינט האמיר געמאכט איין איינזער. געלויבט השי"ת.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2007 12:48 pm
דורך איך_הער
דערווייל האמער געמאכט ווייטער א דרייער, עמער פראבירן מארגן נאכאמאל אויפצושטיין פריער.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2007 1:35 pm
דורך פאטאקי08
היינט ערשטע מאל היי יאר געמאכט אן איינסער!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2007 2:55 pm
דורך איך_הער
כן יעזור ה' להלאה.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2007 5:02 pm
דורך קרעמער
פאטאקי;

ווען האסטו געדאווענט ערב יום כיפור?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2007 9:22 pm
דורך סאכדעס
דעמאלט האט ער עס נישט געמאכט, א בריירע האט ער געהאט?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2007 9:10 pm
דורך קרעמער
היינט האט מען ב"ה געכאפט דעם פריען מנין, ביי הויכע שמו"ע בין איך צוגעלאפן צום עמוד.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2007 1:18 am
דורך abimlaibt
זאלסטו האבען געפויעלט אלדעס גוטס

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2007 10:51 am
דורך קרעמער
אמן.

היינט ב"ה געדאווענט אין זעלבן מנין. איבריג צו זאגן: קר"ש וברכותיה, מיט די ר"ת תפילין אינאיינעם, פארן סוזק"ש.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2007 4:32 pm
דורך דארפסמאן
חזק חזק

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2007 4:36 pm
דורך קרעמער
וניסעלע חזק.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2007 5:18 pm
דורך סאכדעס
קרעמער האט געשריבן:היינט האט מען ב"ה געכאפט דעם פריען מנין, ביי הויכע שמו"ע בין איך צוגעלאפן צום עמוד.


האסט נישט געקענט צוגיין נארמאל?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2007 7:43 pm
דורך איך_הער
מסתמא, איז אן אנדערער געווען אויפן וועג, און אונזער קרעמער האט פארשטאנען, אז אויב ער ווייסט וואס איז גוט פאר אים, ברויך ער לויפן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2007 10:15 pm
דורך קרעמער
שוין. אז סאכדעס בעט, מוז מען ענטפערן.

די מעשה איז געווען, אז דער מחותן (די חתונה קומט פאר אי"ה מארגן נאכט) איז צוגעגאנגען צום עמוד ביי הודו, אבער אנשטאט דאווענען ביז שמו"ע אין 15 מינוט, כדרך אלע פריע יאגעדיגע מנינים, האט ער דאס ארלעדיגט אין בערך 22 מינוט. ביים אויסטרעטן שמו"ע האב איך זיך געקלערט צו מיר אז עס וואלט געווען א תועלת אויב איך וואלט צוגעגאנגען צום עמוד מעיקרא, אבער יעצט אז יענער דאווענט שוין, זאל זיין אזוי. פלוצלינג מערק איך אז יענער טרעט אויס און טרעט צוריק, און הייבט אן אוועקשפרייזן פונעם ברעטל... האב איך זיך ארויפגעכאפט אויף מיין פריערדיגע געדאנק און צוגעלאפן צום עמוד פון אנדערן עק שטובעלע, בעפאר יענער בארעכנט זיך אז המתחיל במצוה אומרים לו גמור.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 12:15 am
דורך איך_הער
איז מיין השערה געווען נישט צו ווייט פונעם אמת'ן פאקט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 9:47 am
דורך סאכדעס
הו-הא קרעמער אזא שיינע ענפער.. איין ווארט פון צוויי: שערקויעך.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 1:17 pm
דורך קוטשער
קרעמער

אז דו דערציילסט שוין יא אלעס
אזא שיינע מעשה
בין איך בין סתם נייגעריק
יענער האט זיך נישט אויפגערעגט
אדער פארשעמט
וואס איז די ענד אוו די סטארי

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 7:03 pm
דורך קרעמער
קוטשער;

ניין, אדרבה, יענער האט זיך געבעטן ביים עולם אז מען זאל אים איבערנעמען. ער האט - ווייזט אויס - געשפירט אז דער עולם איז עפעס נישט מיט אים אויפן זעלבן בלעטל.

איך_הער;

איך האב זיך שפעטער געכאפט אז איך וואלט געדארפט מסיים זיין מיין תגובה: והיינו דאמר איך-הער וכו'. ביסט דאך א חכם עדיף.

--
היינט האבן מיר אויך ב"ה געדאווענט מיטן - היינט שוין - קביעות'דיגן מנין, השם יעזור להלאה!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 3:10 am
דורך קוטשער
קרעמער.
אזוי האב איך געטראכט, געלויבט דעם פון אויבן, וויאזוי איך האב געטראכט אזוי איז מקוים געווארן, און פונקט ווי איך האב דן געווען א איד לכף זכות, זאל מיר דער הייליגער בורא אויך דן זיין לכף זכות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 10:16 am
דורך קרעמער
היינט זענען מיר אויך געווען פריווילעגירט צו דאווענען קר"ש וברכותיה לפני סוף זמן, הגם מיטן שפעטערן מנין.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2008 3:28 am
דורך בני היכלא
סעקרעטאר ירום הודך והדרך


קען יו ביליוו איט?

זינט אקטאבער דעם פינף און צוואנציגסטע איז נאך נישט נתחדש געווארן קיין איין הוספה דא.
ווער האט זיך דאס געקענט אין וויסטן מדבר אויס'משל'ן אויף א אשכול וואס איז טעגליך געווען אויפן אויבן אן און איז געווען דער בעסט-גייענדער אשכול.

עניוועי, וואס טוט זיך מיט זמן קריאת שמע?
אה, רבי, כבר הגיע זמן קריאת שמע של שחרית, לאמיר גיין ליינען, יוי איך זע א מענטש דארט אויבן.