בלאט 35 פון 38
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 09, 2007 11:22 am
דורך איך_הער
1. (10)
שלום עליכם און וועלקאם בעק. (דא איז די ערשטע געלעגנהייט.)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:01 am
דורך קרעמער
איר וועט אלע ליידן פון דעם אלט פארגעסענעם אשכול וואס שפרינגט ארויף אויבן אן ווי א מחותן, ווייל:
איך האב היינט ב"ה - נאך א לענגערע צייט אפשניט - געמאכט אן איינזער!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:25 pm
דורך איך_הער
כאבעס געלאזט פארשוואונדן ווערן, וועגן עפעס.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 17, 2007 12:03 am
דורך קרעמער
לייג דיר ארויף די פיאות אויפן אויער, אבער שוין!
טראצדעם וואס וואל סטריט טראסקעט לעצטנס אויף א פחדים'דיגער אופן, זאגן אבער אנאליסטן אז די SZK (סוף זמן קרישמע) סטאקס שטייגן אויף א סיסטעמאטישן אופן, שטייטליך אבער מיט זיכערע טריט, און עס איז נישט אזוי שווער דאס צו פארכאפן.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 17, 2007 11:28 am
דורך סאכדעס
אויך געהאט היינט אן איינסער... זאל עס גערעכנט ווערן אין די סטאקס.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 17, 2007 11:59 am
דורך איך_הער
קרעמער האט געשריבן:לייג דיר ארויף די פיאות אויפן אויער, אבער שוין.
ווען מיינע עלטערן וועלן דאס זען, וועלן זיי זיך שבעה זעצן, חלילה.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 17, 2007 2:42 pm
דורך קרעמער
און איך זאג: זיי וואלטן דיר אריינגעגעבן אנשטאט מיר! (אויב איך האב ריכטיג פארשטאנען דיין תגובה פון חמישי אוג' 16, 2007 11:25 pm)
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 19, 2007 1:26 pm
דורך סאכדעס
איינסער היינט באכאשעם...
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 19, 2007 9:30 pm
דורך דרך אגב
יו באשעפער, ווען וועל איך זויכע זיין צו א צווייער כאטש?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2007 9:56 am
דורך סאכדעס
איינסער.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2007 12:44 pm
דורך קרעמער
היינט האב איך געלערנט אין ראשית חכמה א שטיקל זוהר הקדוש, אז ווער עס ליינט נישט קריאת שמע אין צייט, איז א מחוצף (רח"ל) פארן הייליגן בורא.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2007 12:55 pm
דורך סאכדעס
שטייט נישט דארט אז מ'איז בנידוי אגאנצן טאג?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2007 12:57 pm
דורך קרעמער
נישט אין דעם שטיקל וואס איך האב היינט געלערנט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 25, 2007 4:21 pm
דורך קרעמער
דער אשכול רעדט זיך מיר אפ אז שוין איבער א חודש וואס מען האט אים נישט צוגערירט. היתכן - פרעג ער מיט פארדרוס - איך, דער געוועזענער ליבלינג פונעם קרעטשמע, והא ראיה די מספר התגובות מיינע, און אהה, ווי אן אלמנה זיץ איך צווישן די שטויב אונטן פונעם פאדערשטן בלאט.
מיינע אויערן האבן דערהערט איר וויי געשריי, און מיינע פינגער האבן זיך גענומען זעצן דערויף מיט פאטאס, געהאקט און געבראקט, אבי זי זאל ארויפקומען אויפן אויבערפלאך.
און אט אט, זי איז ערשינען אויבן-אן, ברוכה הבאה!
---
אה יא, איך האב פשוט געוואלט מעלדן דעם חשוב'ן עולם אז מיט גרויס גענאדע פון דעם אויבערשטן איז מיר געלונגען צו ליינען קר"ש וברכותיה בזמן די לעצטע שטיקל צייט, אויב גרייז איך נישט האלט עס שוין אן פון א' סליחות (מיטן אויסנאם פון די שבתים וימים טובים, ווען דער עולם דאווענט שפעט).
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 25, 2007 6:32 pm
דורך abimlaibt
קרעמער האט געשריבן:, ווען דער עולם דאווענט שפעט.
וואס האט דיין קרישמע ליינען מיטן עולם וואס שטייט אויף שפעיט?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 25, 2007 8:17 pm
דורך קרעמער
איך רעד נישט פון קרישמע ליינען, איך רעד פון קר"ש וברכותיה פארן סוף זמן.
יעצט ליין איבער, ביטע.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 08, 2007 3:16 pm
דורך קרעמער
ברוך השם, היינט מאנטאג נח איז מען צוריק אין סקעדזשול אריין, אויפגעשטאנען אין צייט, און געדאווענט קר"ש וברכותיה בעפאר סוזק"ש.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 08, 2007 10:14 pm
דורך איך_הער
היינט, מיר אויך, און לאמיר האפן אויף ווייטער אויך, מיטן באשעפערס הילף.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 12:10 pm
דורך קרעמער
היינט האב איך געכאפט דעם ברעטל, דאס דאווענען פון הודו ביז אויס האט גענומען 35 מינוט.
לאנג? קורץ?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 12:15 pm
דורך סאכדעס
דא זעמיר אין קריאת שמע אשכול, ביטע נישט צודרייט מאכן. כ'מיין צוזאגן פארדרייען דעם אשכול.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 12:21 pm
דורך קרעמער
סארי, איך האב פארגעסן אנצוהייבן מיין תגובה מיט: ב"ה היינט האבן מיר נאכאמאל געדאווענט קר"ש וברכותיה בזמן.
אגב, (דא לייגט אריין מיין פריערדיגע תגובה)
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 10, 2007 10:39 am
דורך קרעמער
גאט צו דאנקן האבן מיר היינט אויך געדאווענט אינעם פריען מנין, וואו קריאת שמע וברכותיה ווערן געזאגט היבש בעפאר דעם סוף זמן.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 10, 2007 10:03 pm
דורך איך_הער
קרעמער, נארמאל.
היינט האמער אויך געמאכט ס'גאנצע מעשה פארן סוף זמן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2007 10:36 pm
דורך קרעמער
ווי האבן מיר געקענט פארגעסן צו רעקארדירן אונזער קר"ש וברכותיה בזמן ב"ה פון מאנטאג לך תשס"ח?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 15, 2007 11:04 pm
דורך איך_הער
ס'הייסט ווי? דא.
צוריק צום ענין, מיט דעם וואס מיין בעל תפילה האט היינט דיסיידעט ( ביי אים יעדן טאג, נאר היינט דיסיידעט אז ס'מוז זיין די זעלבע ווי מיין מנין) צו דאווענען, זעקס און פופציג מינוט, אבער קר"ש וברכותיה, האמער געמאכט צייטליך.