בלאט 4 פון 11

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 31, 2006 2:55 pm
דורך מאשקע
יאנאש, כ'קען זיך שוין גיין צוריקלייגן?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 31, 2006 2:55 pm
דורך קרעמער
רבותי! מיר האבן געבראכן דעם רעקארד!

ערגעץ וואו אינמיטן דעם פיקעטינג זענען דאהי געווען 21 ניקים אויפאמאל!

א שאד אז עס איז נישטא קיין בילד דערפון, אבער דער פאקט איז אז מיר האבן נאכאמאל געצייגט אז "אויב עס איז דא א ווילן, איז דא א וועג".. און "רצון ברעכט אייזן".

יישר כח פאר יגר'ל וועלכער האט זיך ספעציעל מטריח געווען אראפצוקומען פון יענע וועלט אנטיילצונעמען - האלבוועגס - אינעם רעקארד ברעיקינג צוזאמלויף.

לאמיר האפן אז ביים קומענדיגן תענית, וועלן מיר קענען ברעכן דעם רעקארד מיט אן איבערוויגענדער מערהייט.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 31, 2006 2:59 pm
דורך מעסטערמיינד
קרעמער,

כ'האף אז דו מיינסט נישט אזא איבערוויגענדער מערהייט מיט וויפיל גרויזאמער האט געווינען, ווייל אויב יא זענען מיר אויף צרות.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 31, 2006 2:59 pm
דורך קרעמער
חחחכאכא

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 31, 2006 2:59 pm
דורך יגרסהדותא
חחאחאחחאחאחאחאחאחאחאחאחא

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 31, 2006 5:17 pm
דורך איך_הער
איך האב עפעס נישט די זכי' מיט צו האלטן אט די זאכן, אבער איך געב נישט אויף, ווען איז די נעקסטע? אפשר מארגן?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 31, 2006 11:14 pm
דורך קרעמער
איך האב היינט איינגעזען אז עס איז נישט קיין שווערע זאך דאס צו ערלעדיגן, טראץ דעם וואס עס איז געווען זונטאג, ערב חגא, און להבדיל א פאסט-טאג, האבן מיר דאס באוויזן אין בלויז געציילטע מינוטן.

מארגן?

אפשר טאקע. הגם איך וועל נישט דאהי זיין לויטן פלאן ביז 2-3 אזייגער.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 01, 2007 12:41 am
דורך קרעמער
בילד געכאפט געווארן נישט לאנג נאכן קלימאקס פון די רעקארד ברעיקינג פיקעטינג:

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 01, 2007 11:14 am
דורך סאכדעס
אוי האב איך/איר פארפאסט, לויט קרעמער וואלט דאן געווען 38 ניקס, איך בין נישט מודה, אבער דאך זאל זיין אזוי צום גוטן, די נעקסטע תענית איז מאנטאג שמות.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 2:31 pm
דורך 3x0
ווי יעדער זעהט, איז פריער געבראכן געווארן די די רעקארד פון משתמשים רשימים, עס איז מיר געלונגן צו נעמען צוויי בילדער דערפון, דא האט איר עס.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 2:48 pm
דורך יאנאש
מיינסט אודאי מחוברים.

דאס איז שוין אן א מעלדונג, ווען גייט מען זיך אפיציעל צוזאם קומען? אפשר תענית אסתר.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 3:26 pm
דורך איך_הער
און שוין ווייטער בין איך נישט געווען, אוי וואס וועט זיין מיט מיר, שוין איך וועל מיך נישט מייאש זיין, איך האף אז איך וועל עס נאך מאכן איינמאל.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 4:49 pm
דורך קרעמער
איך בין אויך נישט דאהי געווען ביים ברעכן דעם רעקארד (דאס ערשטע מאל אומאפגעשמועסט! און ---ששש--- אן קיין דאפעלטע און דריפלטע ניקס...), יישר כח טאקע פאר 3X0 וועלכער האט מיר שנעל איינגעמאלדן דערוועגן אויף גוגעל טאלק, און איך האב אריינגעכאפט צו זיין אויפן צווייטן בילד.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 4:59 pm
דורך סאכדעס
קרעמער, שושקע נישט. איך בין מעיד אז כ'אב לפחות ביי די צווייטע בילד נאר געהאט איין ניק אפן.

WOW

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 6:08 pm
דורך איך_הער
קרעמער האט געשריבן: (דאס ערשטע מאל אומאפגעשמועסט! און ---ששש--- אן קיין דאפעלטע און דריפלטע ניקס...),.


איך ווייס נישט וואס דו שרייבסט דא, ס'איז קלאר דא דאפלטע און דריפלטע ניקס. חוץ אויב דו מאכסט א וויץ.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 20, 2007 7:26 pm
דורך קרעמער
סארי, איך האב נישט באמערקט די געדריפעלטע ניק אויפן צווייטן בילד... (דאפעלטע האב איך געוואוסט אז עס איז דא, דערפאר האב איך געשריבן "און דריפלטע")

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 21, 2007 11:50 am
דורך סאכדעס
וואסע נאפקעמינע, העיקר אז מ'האט געבראכן א רעקארד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2007 12:51 pm
דורך מאשקע
דערווייל איז דא דריי מענטשן אין קרעטשמע, און מ'האט שוין געשריבן היינט איבער 15 תגובות (נאנט צו 17, טו בי עקזעקט).
וועט נאך זיין היינט א פיקעטינג? אויב יא - ווען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2007 12:53 pm
דורך יגרסהדותא
מאשקע, פרעג נישט. זאג!

שוין, איך זעה דו ווילסט עס לאזן פארן ראהשהקעהאל.. כ'פארשטיי ביסט זייער א צוריקגעצויגענער, מ'האט שוין געהערט אזוינס.

אקעי: רבותי! 2:00 ציפעדיג שארף, זאל יעדער דא זיין.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2007 12:53 pm
דורך קרעמער
1. ביג טיים.
2. שעות ידברו.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2007 12:58 pm
דורך מאשקע
ערלעדיגט. 2:00. צום באפעל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2007 1:02 pm
דורך צייטליך
כ'בין שוין דא, אז די דארפסט עפעס הילף אויף די סטעיש אדער די טראפיק, אדעיר סיינס, עניטינג, כ'האב יעצט צייט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2007 1:04 pm
דורך קרעמער
די "טרעפיק" איז יעצט געשטיגן צו 9 משתמשים.

-- קרעמער, ביי ק.נ.א. נייעס אגענטור

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2007 1:22 pm
דורך יאנאש
עס האט געטראסקעט צו זיבן.

יאנאש עט קנא ניוס אגזענסי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2007 1:37 pm
דורך מאשקע
געפאלן צו פיר.
מאשקע עט היימישע קרעטשמע דאט קאם