בלאט 2 פון 11

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 28, 2006 3:21 pm
דורך קרעמער
רבותי, ווען ברעכן מיר דעם רעקארד פון זיבעצן (איך שרייב זיבעצן, אבער איך גלויב אז "יזבתמוז" איז נישט קיין זעלבסטשטענדיגער ניק, נאר באנוצט זיך מיט צוויי ניקים אויפאמאל)?

איז דער עולם אוועליבעל תשעה באב? איז עס אויסגעהאלטן צו זיצן דא און פארברענגן תשעה באב נאך חצות?

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 28, 2006 3:54 pm
דורך מעסטערמיינד
קרעמער
כ'מיין אז מ'זאל מאכען א פרישע אשכול דערפאר און עס מאכען פאר א אנאנסמענט

פארעפענטליכט: שבת יולי 29, 2006 10:38 pm
דורך מעסטערמיינד
קרעמער פרעגט
איז עס אויסגעהאלטן צו זיצן דא און פארברענגן תשעה באב נאך חצות?

כ'האב היינט געהערט פון א חשוב'ן איד / מורה הוראה אז אויב טוט מען עפעס תשעה באב נאך חצות עפעס וואס דערמיט קען מען מסיח דעת זיין פונעם טאג, זאל מען יעדע פופצען מינוט זאגען א פסוק פון איכה..

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 30, 2006 2:51 pm
דורך סאכדעס
נו עט מען הער ברענגן אלע פופצן מינוט נאך א פסוק?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 30, 2006 3:09 pm
דורך יאנאש
דו נעמסט זיך אונטער?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 30, 2006 3:35 pm
דורך סאכדעס
ניין יאך פארלאז זיך נישט אויף דעם היתר, בפקודת הדומץ.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 30, 2006 3:38 pm
דורך מעסטערמיינד
במחילת כבוד הדיין אויף וואספארא חלק פארלאזטו זיך נישט מר' סאכדעס?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 30, 2006 4:13 pm
דורך סאכדעס
אויף זיך זעצן סוף טאג תשעה באב ביין קאמפיוטער און ליינען אלע פופצן מינוט א פסוק .

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 30, 2006 11:18 pm
דורך קרעמער
נישט מער געדאכט, פאראיאר תשעה באב בין איך געזיצן צוגענאגעלט צום כלי פון א מינוט נאך חצות, ביז מנחה, אויך צווישן מנחה און מעריב (מען שפירט נישט דעם תענית, בדוק ומנוסה. בנוגע היסח הדעת, קען מען דאן מיטהאלטן שיינע געזאנגען ביים כותל...).

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 8:35 am
דורך יגרסהדותא
גאנץ א גוטע עצה, קרעמער. אבער זאג נאר, דארף מען צוליב דעם נישט קוקן צוויי טעג אין קרעטשמע אז ס'זאל זיין תשעה באב וואס צו ליינען? צו אונזערע חברים שטעלן שוין צו אלעס וואס מ'ברויך, אפילו אין דעם איינעם טאג?

געב א קוק למשל דו לעצטערע פאר טעג, אלע אשכולות זענען פיל פון אויבן אראפ מיט פרישע תגובות. [אפפס טאקע אדאנק דיר...]

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:36 pm
דורך יאנאש
העי וואס גייט דא פאר, ווי ווען אפגעשמועסט נאכאמאל צו ברעכן דעם רעקארד?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 04, 2006 5:43 pm
דורך 3x0
המספר הרב ביותר של משתמשים מחוברים אי פעם היה 20 בתאריך רביעי אוק' 04, 2006 5:38

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 04, 2006 6:21 pm
דורך איך_הער
זייענדיג ביזי צו ליינען און צו שרייבן, אזויפיל נייע תגובות, האב איך נישט געהאט די זכיה עס צו באמערקן. ( נמ. טויזענט )

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 04, 2006 7:16 pm
דורך יאנאש
בילד

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 04, 2006 7:19 pm
דורך איך_הער
יעצט דארף מען נאר אויסרעכענען וויפיל מענטשן ( נישט ניקים ) ס'איז באמת.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 04, 2006 7:19 pm
דורך יאנאש
נא רעכן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 04, 2006 7:25 pm
דורך איך_הער
ס'גייט נישט אזוי שנעל, ס'איז שוין גרינגער די זז"ג, אדער די פאומ'ס אדער די גימטריא'ס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 11:08 pm
דורך 3x0
ווען מאכט מען די נעקסטע פיקעטינג?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 11:15 pm
דורך יאנאש
נאך די וואלן.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 17, 2006 10:01 am
דורך יגרסהדותא
איך מיין אין די טאג פון די וואלן, נישט אזוי?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 17, 2006 10:01 am
דורך איך_הער
די וואלן לויפן פאר פיר טעג, אזוי שטייט אין די שטאטוטען.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 17, 2006 11:01 am
דורך שוועמל
הייסט דאס, קומענדיגן מאנטאג ביז דאנערשטיג זיבענע, קומען פאר די וואלן.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 17, 2006 11:05 am
דורך יאנאש
ניין.

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 30, 2006 11:56 pm
דורך קרעמער
איז מעגליך צו פאררופן א מאסן פיקעטינג אויף מארגן עשרה בטבת? אדער איז עס אוממעגליך אויספאלנדיג אין א זונטאג.

ונזכה ונחיה ונראה. איך וועל אי"ה דא זיין.

יעצט לאמיר זיך גיין לייגן, מיטן פלאן אויפצושטיין טרונקן א קאווע פארן עלות השחר.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 31, 2006 2:56 am
דורך מאשקע
איך וועל אי"ה דאהי זיין. און אז מ'וועט מיר צושטעלן נאך פינף קאמפיוטערס, וועל איך אי"ה קומען מיט אלע מיינע פינף בנים... כ'מיין צו זאגן מיינע פינף אנדערע ניקס...