בלאט 8 פון 11

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 1:57 pm
דורך קרעמער
פרובירן וואס? קענסט נישט ביטן יאהו/גוגעל, מיר פארמאגן אפילו נאכנישט די צאל משתמשים ווי זיי האבן ארויפגעריקט דעם ציפער.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 2:01 pm
דורך מיללער
אבער מיט אורחים קען מיר זיי ביעטען, יעס ווי קען!

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 2:12 pm
דורך דארפסמאן
אורחים איז אייביג דא וויפל די ווילסט

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 2:15 pm
דורך איך_הער
יעצט איז דא גאנץ א שיינער עולם.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 2:16 pm
דורך דארפסמאן
מאך שנעל א ברכי

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 2:18 pm
דורך סאכדעס
ברכי? מיינסט אפשר ברכו

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 2:19 pm
דורך דארפסמאן
די זעסט אז די כאפסט אויפן ווינק, וואס דאפסטו פרעגן

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 2:20 pm
דורך סאכדעס
כ'דארף שאר מאכן.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 2:20 pm
דורך דארפסמאן
יא יא גערעכט

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 2:25 pm
דורך מיללער
אקעי אידן,
מיר זענען זיך צאמגעקומען היינט שבעה עשר בתמוז תשס"ח צום מאסן פיקעטינג קעגן די אומפארשעמטע יאהו/גוגל אגענטורען, וואס מחמת רשעות והלכה הוא בידוע שיהאו שונע ליעקב האבן זיי נישט פארגינען אז אידישע קינדער פירען זיך אן אייגענע קרעמל מיטן אן אייגענע קרעמער אן קיין פרסום, זענען דיי געגאנען בשאט-נפש ובריש גלי, בזדון ובשגגה, בחרב ובחנית און אנגערייצט מאסן גוים צו קומען זעהן וואס די קרעטשמערס שרייבן אויף זיי, אלעס צו ערוועקן די אנטיסעמעטיזם געפילן.

עס איז איבריג צו זאגן אז די אלע 453 משתמשים ביים דעמאלטסדיגען פראטעסט, זענען אוועקגעקאנגען דעמארלאזירט לייק נעווער בעפאר, הפנים דאס גאנצע געפילגער איז צורינען ווי א זייפן-בלאז (אמאל איז דאס געווען א לאזונג חחח) און זענען טאקע מער קיינמאל נישט צוריקגעקומען.

לכבוד דעם יארטאג וואס געפאלט היינט, וועלן מיר פייערן דעם נצחון אין די יאהו'איסטען מיט נאך ארטיקלען, נאך תגובות און מער אחדות, זאלן דיי פלאצן! ותאחזימו פלצות.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 2:28 pm
דורך סאכדעס
מיללער האט געשריבן:(אמאל איז דאס געווען א לאזונג חחח)


יוי האבעך געלאכט...

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 2:53 pm
דורך צייטליך
מיללער, יישר כח פאר אייער רעדע, עס איז זיכער אז די דברים היוצאים מן הלב וועלן זיין נכנסים אל הקרעטשמע.

פאר מיר גייען ווייטער מיטן פראגראם היינט ברויך ארויסגעברענגט וערן א שטארקן פוינט.

עס איז היינט א טאג וואס מיר אידן, נישט נאר די וואס זענען דא, נאר אלע חרדישע אידן איבער די וועלט פילן מיט מיטן צער פון אינז דא, רבותי, איר זאלט וויסן. מיינט נישט אז נאר איר - די באטייליגטע ביים מאסן פראטעסט - פאסטן היינט, אויסדריקלעך נישט, צוזאמען מיט אינז זענען דא נאך שווערע טויזענטער אידן פון איבער די וועלט וואס פאסטן אויך היינט און זענען זיך מצער מיט אינזער צער.

טייערע אידן, איר מעגט דאס וויסן, אינזער צער איז די צער פונעם גאנצער אידענטום! אויב גייט איר אריין אין סיי וועלעכער ביהמ"ד ווי אידן דאוענען אין דער היינטיגער טאג וועט איר נישט טרעפן נישט קיין הייס וואסער, נישט קיין צוגעגרייטע קאפי און זיכער נישט קיין ווארעמע פארדערבענע מילך, ס'איז בבל יראה אונעם היינטיגען טאג. און אלעס פארוואס? נו, פרעג איך אייך? הא? ענטפערט איר אליין!

אזוי ווי עס ווערט שפעט און מ'דארף גיין ווייטער מיטן סדר היום, עס קומט נאך היינט פאר מנחה א לאנגער שלאף, וועלמיר דא אויסריפן דעם קומענדיגער רעדנער שליט"א. יעדער ויייסט אז מיר דארפן נישט ארויסברענגען זיינע מעלות, זיין נאמען רעדט שוין פאר זיך אליין, אלזא ווערט ער געבעטן ארויפצוקומען צום שטענדער און דריקן שלח.

ששששש....

איין מינוט, פאר דער רב שליט"א היינט אן זיין דרשה וויל איך נאר איבערגעבן אז די פאליציי האט געמאלדן אז ויבאלד ס'איז קעניינע הארע דא אזוי גרויסער ציבור האט מען לכבוד דעם - אויפן בקשה פונעם מ. ראש הקהל דער דריטער - אפגעשפארט נאך א אשכול. ביטע האלט אייך צו די פארארדענונגען.

ששששששששא.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 2:56 pm
דורך איך_הער
מילער, וואויל.
צייטליך, נאך בעסער.

יישר כחכם. (מיר האלטן נישט קיין לאנגע רעדעס, פאר צוויי סיבות, קודם האבעך נאך זייער אסאך צו ליינען, און צווייטענס, כ'קען ווערן דארשטעריג פון אזויפיל רעדן, ואתכם התגובה.)

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 2:56 pm
דורך דארפסמאן
יאגט דיר נאכנישט דער רב הייבט נאכנישט אן די דרשה און די רה"ק רעדט נאכנישט צי פאליציי עס איז נאך דא אסאך צייט

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 3:55 pm
דורך יגרסהדותא
יוי לאך איך פון מיין אמאליגע פתיחה..

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 5:56 pm
דורך מאשקע
מיללער, האסט מיך געשטעלט אין "פלאץ"...

צייטליך, כ'בין אינגנצן צעפלאצט געווארן פון דיין דרשה...

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 6:54 pm
דורך וויכטיג מאכער
הערשט יעצט באמערקט דעים אשכול.

איז אזוי, מיללער האט זייער גוט ארויס געברענגט די סיבה פונעם היינטיגען צוזאמקום, און צייטליך האט עס נאך קלארער ארויסגעברענגט, און נאך דערצו האטער מיך אויסגערופן, און נאך ביים נאמען.

העלעך אנהייבן מיט די באקאנטע פסוק, לא איש דברים אנכי, (כ'געדענק נאך ווען דעיס איז געווען א גאנגבארע אייטעם, חחח) און היות כ'האמעך נישט אנגעגרייט קיין דרשה, וועלעך נישט מקצר זיין און אוודאי נישט מאריך זיין, און כ'וועל גראד איבער געבן די מיקראפאון פאר אונזער אורח הכבוד, כל אחד בשמו יבורך, ביז מיר וועלן זוכה זיין אלע אינאיינעם צו גיין קעגן משיח צדקנו בב"א.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 7:58 pm
דורך יאנאש
יו מאכט איר מיך לאכן אינעם טאנעס, נישט קיין שיינע זאך.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 8:00 pm
דורך לעווי
ווער גייט פארזאגן קבלת עול מלכות שמים?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 11:06 pm
דורך הצלהמעמבער
נא וואס איז די רעזאלטס פון די היינטיגע קאר פיקעטינג??

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 11:44 pm
דורך מיללער
הצלהמעמבער האט געשריבן:נא וואס איז די רעזאלטס פון די היינטיגע קאר פיקעטינג??


ס'איז געבליבן אז מוועט איבערס יאר מאכן נאך א פיקעטינג (לאמיר האפן אז דאס וועט שוין זיין אינעם נייעם שטעטל אין מיניסינק, כ'מיין אין די 'וועלט' אריין).

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 11:48 pm
דורך צייטליך
מיללער האט געשריבן:
הצלהמעמבער האט געשריבן:נא וואס איז די רעזאלטס פון די היינטיגע קאר פיקעטינג??


ס'איז געבליבן אז מוועט איבערס יאר מאכן נאך א פיקעטינג (לאמיר האפן אז דאס וועט שוין זיין אינעם נייעם שטעטל אין מיניסינק, כ'מיין אין די 'וועלט' אריין).



מיללער, כ'האב אויסגעשאסן!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 1:34 pm
דורך צייטליך
אקעי חברה. וואס בלייבט? 5 אזייגער איז גוט??

(ווער עס געדעקנט געדעקנט, און די איבעריגע זאלן איבערליינען דא)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 1:50 pm
דורך איך_הער
כ'מיין אז פינעף איז גוט, מיט מיר זיכער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 1:53 pm
דורך קרעמער
גם אני מצטרף, מיר וועלן פיקעטן אין די מאסן.