בלאט 6 פון 11

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2007 1:29 am
דורך איך_הער
איך מיין מ'זאל שנעל צוריק טוישן די קעפל, און עס לאזן אנטרינען ווערן איינס צוויי, אז קיינער זאל נישט מיטהאלטן דעם מעכטיגן דוירכפאל.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2007 1:49 am
דורך מאשקע
איך מיין אז מ'זאל טוישן קעפל אויף: ציבור באהאלטן אין די בונקערס פארגאנגענעם תענית אסתר מוקדם.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2007 1:58 am
דורך איך_הער
מאשקע האט געשריבן:איך מיין אז מ'זאל טוישן קעפל אויף: ציבור באהאלטן אין די בונקערס פארגאנגענעם תענית אסתר מוקדם.


מיינסטו דען טאקע? אדער נאר דער עיקר אז אנדערש פון מיר?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2007 2:03 am
דורך מאשקע
ביידע. קיין איינס נישט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2007 1:37 pm
דורך איך_הער
איז דאס אמת? איז דאס געווען פלאנירט? און אויב יא, פארוואס האט מען דערפון נישט גערעדט? האט איינער א פיקטשער דערפון?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2007 1:46 pm
דורך סאכדעס
נישט געווען פלאנירט, כ'מיין לעצטענס איז פול דא. האסט נישט געמערקט לעצטענס?????

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2007 3:07 pm
דורך איך_הער
נישט געמערקט, דו יא?

כ'מיין אז פון עטליכע און צוואנציג ביז זיבן און אכציג, איז אן ערענסטע (גליטש) שפרינג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2007 3:15 pm
דורך סאכדעס
סאו וואט, האבן זיך אלע בארעכנט צו באזוכן אינאיינעם.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2007 2:51 pm
דורך קרעמער
עס קוקט אויס ווי א קאמפיוטער גליטש וכדומה.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2007 2:52 pm
דורך קרעזי
באשעפער איינציגער. ווי קומט דא תענית אסתר אריין אינמיטן דעם יארצייט פון יאסעלע ראזנבלאט און זיין שטימע?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2007 8:55 am
דורך צייטליך
וואס גייט היינט פאר ?
און וואס איז פארגעקימען די נאכט ? 453 איז א מוספר עצום.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2007 9:04 am
דורך יגרסהדותא
שרעקעדיג, 4:18 AM!! ווי איז דער נאכט וועכטער געווען, ער האט נישט געברויכט קיין הילף מיט אזא ציבור?

[צייטליך, פאררעכט דיין זייגער ביטע, מיט איין שעה]

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2007 9:10 am
דורך מאשקע
ס'גארנישט. בארואיגטס ענק. די לא-גווארדיע גויים זענען דאהי געווען ביינאכט. זיי האבן פארברענגט, געטרינקען אביסל ביר, געהערט די ראדיא, און זיך געגאנגען ווייטער. קיין שום גרויסע שאדן איז נישט אנגעמאכט געווארן.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2007 9:19 am
דורך יגרסהדותא
נא נא, מאשקע, ס'גייט נישט אזוי, אויב ווילן זיי קומען אהער טרינקן פון אונזער משקה, מוזן זיי איבערלאזן תגובות.. נאוי נאוי, איי דיסעגרי.

יעצט ווערט געזוכט, ווער ס'קען צוריקדרייען די מיילעדזש פון די קאר.. כ'מיין צו זאגן, ס'קומט א שבעה עשר בתמוז, וואס דער עולם איז שוין צוגעוואוינט צו פארברענגן אינאיינעם, ווילן מיר זעהן וויפיל פון אונזערע אידעלעך זיצן ביינאזאם.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2007 9:56 am
דורך קרעמער
איינער האט אויפגעברענגט אז די ריזיגע צאל משתמשים איז אלס רעזולטאט פון יאהו'ס זוך פראגראם וואס שיקט ארום אגענטן איבער די וועלט, און אנדערש ווי גוגעל וואס אלע אירע אגענטן קומען אריין פונעם זעלבן IP אדרעסע, קומט יאהו מיט באזונדערע. ווייזט אויס אז איינער האט זיי אנטפלעקט אז יענטאאש האט גע'פנימ'ט די קרעטשמע אינמיטן טאג און זיי זענען דאס געקומען אויסטשעקן.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2007 10:17 am
דורך יאנאש
קוקט דעם חילוק פון יאנאש מיט קרעמער, וואס יאנאש נעמט פופצן מינוט מיט טויזענט אותיות, נעמט קרעמער פופצן סעקונדן מיט הונדערט אותיות וואוו.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2007 12:11 pm
דורך abimlaibt
יגרסהדותא האט געשריבן:שרעקעדיג, 4:18 AM!! ווי איז דער נאכט וועכטער געווען, ער האט נישט געברויכט קיין הילף מיט אזא ציבור?

[צייטליך, פאררעכט דיין זייגער ביטע, מיט איין שעה]

די זייגער פראבלעם איז נישט זיינס, אזוי מיינעך.
עס איז ביי יעדעם.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2007 12:12 pm
דורך מאשקע
ביי יעדעם. ביי יעדעם וואס האט נישט געפאלגט די אנווייזונגען אז מ'זאל עס איינשטעלן אויף -4:00 GMT.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2007 12:16 pm
דורך צייטליך
יגר'ל, שכויעך פארן אויפמערקזאם מאכן, און טריאו, שכויעך פארן ארויסהעלפן, ס'איז שוין ב"ה פאראכטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2007 12:17 pm
דורך abimlaibt
שכח פאר דיין אינפארמאציע, איך האב עס שוין געפיקסט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2007 12:11 am
דורך מאשקע
נו, מ'וועט זיך צוזאמקומען היינט?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2007 12:12 am
דורך בני היכלא
יוי מאשקע יעצט דארף איך ליינען אכט גאנצע פעידזשעס, איך דארף דאך שוין באלד אויפשטיין.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2007 8:56 am
דורך מאשקע
וואסיגעווארן?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2007 9:20 am
דורך abimlaibt
איך האב מורא מען דארף מאכען די אכטע פעידש גאנץ קודם.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2007 10:10 am
דורך צייטליך
[align=center]היינט 2:30 פונקטליך וועט מען זיך צוזאמקימען אין "היכל הקרעטשמע" לחזות בנועם השם ולבקר בהיכלו, און טרויער'ן אויף די דיסטראקשען אוו די טעמפעל, כי ביום הזה גבר האויב ותבקע העיר.

קומט אין די מאסן!
מי ראה אלה יוצאים ולא יוצא ? הא ?
[/align]