סאכדעס איכה?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 15, 2006 1:53 pm
דער דיין דרייט זיך ארום אינעם קרעטשמע, ער זוכט א עמוד נעבן ווי ער זאל זיך קענען אהער שטעלן און מוסר'ן דעם עולם, אזוי ווי געווענליך, וואס דאס איז דאך זיין דזשאב, ארויס ברענגען די פרצות און זען וואס מ'קען פאררעכטן, אבער ער איז דאך דיין, קען ער נישט אליין שלעפן דעם עמוד, שטעלן אויפן ריכטיגן פלאץ, אדער אפילו עס פלעין אויסדרייען צום עולם, און נישט דארפן רעדן צו די וואנט, אבער ער האט קיינעם נישט צו די האנט, פארשטיי איך נישט וואו איז סאכדעס? האט מען אים נישט אויפגענומען נאר פארדעם אז ער זאל מיט גיין מיטן דיין? און ארויס העלפן מיט וואס מ'דארף? איך קען עס נישט פארשטיין, אזויפיל דארף מען זיך באדאנקען פארן קרעטשמער, אז זעענדיג ווי דער דיין דרייט זיך ארום אזוי פארלוירן, איז ער צוגעלאפן און אלעס צורעכט געמאכט, ופני הדיין צהלה, און ער האט זיך אויפגעשטעלט זאגן אט די דאזיגע דרשה.