בלאט 1 פון 1
טעימת יין תוך ל' יום לפורים
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2009 9:34 am
דורך מאיר
מאיר האט געשריבן:איך האב היינט טועם געווען פיינע גוטע וויין לכבוד ימי הפורים הבעל"ט. ברוך הטוב והמטיב!
דארפסמאן האט געשריבן:מאיר די דארפסט מודיע זיין וועלעכע וויין, זאל א צווייטער אויך הנאה האבען
מאיר האט געשריבן:היימישע וויין! אליין פאבריצירט...
דארפסמאן האט געשריבן:שיק מיר אביסל לאמיך אויס פראבירען (איך רעד מיך איין א איך פארשטיי צי וויין)
lebediger berel האט געשריבן:נו, ווי קען מען עס טועם זיין ?
מאיר האט געשריבן:ביי מיר אינדערהיים.
זעה מיין אדרעס ביי מיין חתימה.
(ביטע רופט פאר איר קומט)
lebediger berel האט געשריבן:אלעס פארשטיי איך
אבער וואס מיינט 20610?
מאיר האט געשריבן:זיפ קאוד
lebediger berel האט געשריבן:נישט דאס פרעג איך, איך פרעג, וואס האט דער נאמבער מיט מאיר צוטון
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2009 9:35 am
דורך מאיר
lebediger berel האט געשריבן:נישט דאס פרעג איך, איך פרעג, וואס האט דער נאמבער מיט מאיר צוטון
גארנישט!
און ביטע פארדריי נישט די שמועס...
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2009 2:52 pm
דורך scy4851
ער איז א לעיבעדיגער barrel, א חביתא דחמרא,
ער האט אויך שוין טועם געווען יין לכבוד פורים, אין די פארלאנגסט נאך אז ער זאל נישט פארדרייען דער שמועס?!?!?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2009 3:18 pm
דורך מאיר
די מבינים זאגן אז מיין וויין ענדעלט זייער צו "פארברענגען" וויין.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2009 3:53 pm
דורך scy4851
וואס? אזוי שלעכט?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2009 3:55 pm
דורך מאיר
די וויין פון קרעטשמע איז בעסער?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2009 4:17 pm
דורך scy4851
כעווייס נישט, אבער פארברענגען איז עס זיכער נישט....
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2009 4:19 pm
דורך מאיר
יעצט רבותי רופטס ענק אן וואסערע וויינען ענק האבן שוין פארזוכט אלס היי יאר לכבוד פורים
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2009 4:21 pm
דורך scy4851
'עד דלא ידע' וויין.....
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2009 4:21 pm
דורך מאיר
וויפיל פראצענט? וועלכע קאמפאני?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2009 4:29 pm
דורך scy4851
מיט א פאר יאהר צירוק האט קעדעם איין פורים ארוסגעגעבען א וויין א 18% וויין וואס זיי האבען עס געריפען 'עד דלא ידע'
דאס איז און אמתן געווען דאס זעלבע וויא א MUSCATEL וויין וואס עס פלעגט זיין דא בערך א 50 יאהר צירוק
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2009 8:42 pm
דורך מאיר
צענדליגע זענען זיך צוזאמענגעקומען ביי מאיר'ן אין שטוב צום טעימת היין
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2009 10:46 pm
דורך scy4851
און די מאיר'טע האט סערווירט איהרע געשמאקע העלזעל צי פארבייסען מיטען וויין?
און האסט נישט מודיע געווען דערוועגען דא און קרעטשמע?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2009 10:42 am
דורך סאכדעס
בכלל קענעך קוים גלויבן אז דו ביסט דער אנפירער פון די קהלה פון די בילד. אויסערדעם, הער איך אז עס קומט ארויס א גוטער וויין פון לויפערס, ספעציעל פאר פורים. זיינע וויינען זענען באוואוסט אלס גאר געשמאקע, דא מאכט ער א ספעציעלער גרינגער וויין, עס זאל זיך לייכט טרונקען, און ס'איז 11 פראצענט. א חבר וואס האט עס שוין טועם געווען, זאגט מיר: עס איז א דורכברוך ביים חרדי'שן אידנטום, וואס זענען נישט געוואוינט צו קיין טרוקענע וויינען, און פירן זיך צו שיכור ווערן. אויך זאגט ער: דער וויין לויפט תיכף ארויף צום מוח, עס רירט כמעט נישט דעם מאגן.
יאך כשלעצמי, טרונק ברוך השם אנדערע טרוקענע וויינען, אבער פארט קען זיין אז כעל דאס פרובירן דעם פורים הבעל"ט.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2009 10:49 am
דורך מאיר
יישר סאכדעס פארן באריכט.
ס'איז געוואלדיגע גוטע נייעס פאר מיר אז כבוד ידידי היקר ר' מענדל ל. נ"י מאכט פארשריט מיט זיינע וויינען.
בדרך אגב, דאס איז אויך א אייז וויין?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2009 1:51 pm
דורך מאיר
היינט נאכט קומט פאר א טיי אווענט לטובת א צובראכענע משפחה אין הויז פון ר' יוסף דאפעלט ני''ו אויף 23 העיווארד סטריט אין ווילאמסבורג, עס וועט זיין צו קאסטן פון אלע מיני קדם וויינען פאר אומזיסט לכבוד די יו''ט פורים הבעל''ט!
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2009 1:16 am
דורך ביקסאד
אך וואלט ווען געוואלט פרעגן אונסערע אלע הויך געשעצטע מיטגליד, וואס טעימה באדייט:
א) במשהו, ב) מלא לוגמיו, ג) רביעית, ד) רוב כוס, ה) ד כוסות פאר די ג לשונות של בקר,
ו) ביז מען קומט צום טעם, ז) עד אשר יצא מאפכם, אא"וו . . .
און איבער אלעם פרעגט זעך א שווערע קשיא מרפסין איגרי,
מיר חסידים ווייסן דאך אז די הכנה צו די מצוה איז גרעסער וואו די מצוה אליין,
איז וואו אזוי קאן מען בעצם היום, יוצא זיין דעם יותר מדי לימודו ?