Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך פבואר 11, 2009 3:43 pm

וויי ווי באמבער בין
צו ווייסטו ווער איך בין?

איך וועל נישט געבן א ציפ אדער א פראסק
אפילו דו וועסט אראפשלעפן מיין מאסק

האניג וועל איך אויך נישט געבן
ווייל נישט דאס איז מיין שטרעבן

ביטע מיין שלוח מנות נעם צי
און א שיינע מטבע לייג צו די בערזעלע צי

עס וועט אויך נישט שאדן מיך מכבד זיין א ברכה צו מאכן
אויף די פיינע גוטע זאכן

און אזוי ווי ס'איז פורים אויף דער וועלט
וועל איך נאכאמאל דערמאנען מיר צו געבן געלט

ווייל אפשר האלטסו שוין ביי דעם עד דלא ידע
און דו זעסט שוין נישט קיין ווענט גראדע

און איידער איך פארגעס
וועל איך רעדן פון דעם גרויסן נס

ס'געווען פאר אידן א געוואלדיגע ישועה
ווען מען האט דעם שלעכטן המן אויפגעהאנגען אויף א תלי'

און יעצט לאמיר זינגען
און טאנצען און שפרינגען

Advertisement

מיטוואך פבואר 11, 2009 3:49 pm

גרונם, זייער גוט!

כ'האב הנאה אז דער עולם כאפט! סתם, ווערי גוד!

דינסטאג פבואר 17, 2009 1:52 pm

"בין"

איך בין א "בין"
איך ווייס וואס צו טון
ווי האניג זיס
אוודאי געוויס

צווישן די בלומען איך לעב,
צו האניג איך קלעב
קלעב מיר אן א זיסע מטבע פאר מיין צוועק
און ווי א בין איך פלי אוועק

דינסטאג פבואר 17, 2009 1:55 pm

U P S

איך בין א יו פי עס
צו יעדן אדרעס
משלוח מנות איך שיק
אהין און צוריק

אלע מיני זעקלעך
גרויסע קליינע פעקלעך
באצאלן איז דער עיקר
און איך לייג דיר א סטיקער

דינסטאג פבואר 17, 2009 5:25 pm

שאצ'ל זייער שיין
איין ביי איין

אפשר האסטו מיר עפעס א פורים שפיל פאר א "בונדאש"... דאס יאר פארשטעל איך מיך נישט, סאו בלייב איך א בונדאש, דארף איך א בונדאש-פורים-שפיל...

דינסטאג פבואר 17, 2009 8:04 pm

עס איז דא אן אלטע פירום ליד גראמען אויף די מגילה, "ויהי בימי אחשוורוש - די מגילה מיטן פיירוש......" וואס אלץ גירסא דינקותא ליגט מיר אין קאפ די געשמאקע פורים שפיל ווען איך בין געווען די פורים רב אין חדר און גע'חזר'ט דעם ליד, ווי אויך שפעטער געהערט אמאל ביי א פורים קטן ציזאמקום, וויאויך ביי עפעס א רבי די ערשטע נאכט ביים טיש, האט דעם אמאליגען חן, נישט קיין היינטיגע פורים GIF אדער פורים JEZZ אדער איך ווייס וואס,
מיר האבען דאס פרובירט אויפזיכען אבער אן ערפאלג, אפשר וואלט איינער געוויסט ווי מקען אפירקראצען אט די שיינע גראמען, וואלטן מיר שטארק הנאה געהאט

מיטוואך פבואר 18, 2009 5:36 pm

מיין יונגל קומט אהיים פון חדר יעדן טאג מיט א צווייטע זאך, היינט גייטער זיך פארשטעלן פאר א בער, און נעכטן פאר א עלעפאנט, כ'ווייס נישט וואס מיין ב"ב גייט באשליסן, אבער לאמער זעהן ווער קען מיר געבן א פורים שפיל פאר א עלעפאנט, און פאר א בער.

אגב, היינט צופרי פארציילט מיר איינער אז זיין יונגל גייצעך פארשטעלן פאר א פראש, איינער האט עפעס?

מיטוואך פבואר 18, 2009 7:04 pm

יעקעלע פוקס האט געשריבן:עס איז דא אן אלטע פירום ליד גראמען אויף די מגילה, "ויהי בימי אחשוורוש - די מגילה מיטן פיירוש......" וואס אלץ גירסא דינקותא ליגט מיר אין קאפ די געשמאקע פורים שפיל ווען איך בין געווען די פורים רב אין חדר און גע'חזר'ט דעם ליד, ווי אויך שפעטער געהערט אמאל ביי א פורים קטן ציזאמקום, וויאויך ביי עפעס א רבי די ערשטע נאכט ביים טיש, האט דעם אמאליגען חן, נישט קיין היינטיגע פורים GIF אדער פורים JEZZ אדער איך ווייס וואס,
מיר האבען דאס פרובירט אויפזיכען אבער אן ערפאלג, אפשר וואלט איינער געוויסט ווי מקען אפירקראצען אט די שיינע גראמען, וואלטן מיר שטארק הנאה געהאט


אויף היברובוקס איז דא א קונטרס די גאנצע מגילה איבערגעזעצט אויף אידיש און א יעדע פסוק אויף גראם
א רעווערענד יצחק ירמי ראטה מיט רעווערענד אלימלך בייגעל האבען דאס בשותפות געשריבען'

גיבטס א קוק אין האטס הנאה

http://www.hebrewbooks.org/4126

דאנערשטאג פבואר 19, 2009 2:21 pm

פראש

די פראש די גרינע,
איז פון די אלטע מיני,
נאך אין שטוב פון פרעה,
האבן מיר געקוויטשעט אזוי,
(קוואק קוואק....)

ווען איר זעהט א פרעשל,
מאכט'ס אויף ענקער טעשל,
פון די גרינע דאלארן,
מיר אריין צושארן.

.
לעצט פאראכטן דורך שאץ מאץ אום פרייטאג פבואר 20, 2009 11:00 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג פבואר 19, 2009 2:41 pm

עלעפאנט
איך בין פארשטעלט ווי א עלעפאנט
ווייל פורים איז היינט

עס איז א מנהג זיך צו פארשטעלן דאס פנים
בעיקר פירן זיך אזוי די בנים

איך וועל נישט מאריך זיין צו לאנג
מיט מיין שיינע געזאנג

איך וועל זאגן קורץ און שארף
א שיינע מטבע איך דארף

פרייטאג מרץ 06, 2009 10:41 am

מיין יונגל פארשטעלט זיך ווי א שוחט
ווער האט א פורים שפיל פאר א שוחט?
.

פרייטאג מרץ 06, 2009 11:15 am

שאצל ס'פאסט נישט פאר דיר...
די קאנסט דאך די פאך, טא וואזשע פעלט אויס צו באמוטשען אנדערע? אבער פונדעסוועגן דאך וועל איך זיין א גוטער און צושטעלן א פורים שפיל פארן שוחט'ל דיינס.


שוחט
א גוטן פורים אלע
בשמחה וצהלה

איך האב אייך געבראכט א משלוח מנות א שיינע
איך האב פרובירט עס אנצופילן וויפיל איך קען ס'זאל נישט אזא קליינע

איך האב דא מיט מיר אויך דעם זעלבן קעסטל ווי מ'האט געלייגט די "כפרה געלט"
יעצט דארף מען דא אריינלייגן א באנטש "אויסלייז געלט"

דער אויבערשטער זאל ענק באגליקן מיט אלע גוטע זאכן
די סטאקס זאלן מער נישט קראכן

עושר וכבוד וכל טוב סלה לעד ולנצח נצחים
און מיר זאלן זוכה זיין נאך היי יאר לאכול שם מן הזבחים ומן הפסחים

שבת מרץ 07, 2009 10:38 pm

אפשר קען מיר איינער מאכן גראמען ,אדער עפעס א שפיל,פאר מיינע צוויי טעכטער אינעם עלטער פון 6 און 8 וואס גייען זיך פארשטעלען ווי באבעס, וואס זיי זאלן קענען זינגען אינאיינעם ביי זייער באבעס(עכטע) הויז

מאנטאג מרץ 09, 2009 9:49 am

ניגון אוי מיין באבע אוי מיין באבע אוי מיין באבע,
דא איז מיין עכטע באבע
מיר זענען נאר א שפיל,
אן קיין געפיל,
א באבע פון בלויז 6 יאר,
מיר האפן אבער באלד,
צו זיין געזונט און אלט,
צוזאמען מיט באבי זיך פרייען גאר,
.

מיטוואך מרץ 11, 2009 5:06 pm

ישר כח שאץ מאץ , סאיז געווען זייער קיאט ,די עכטע באבע האט זייער הנאה געהאט

מאנטאג פבואר 08, 2010 2:58 pm

מ'האלט שוין נאנטער ווי ווייטער צום פרייליכן יו"ט פורים, יעצט איז די צייט וואס מ'גרייט צו די קליינע חברה פארשטעלעכטס מיט פורים שפילן,
ברענג איך ארויף דעם אשכול דער עולם זיך זיך פארמערן מיט נאך סחורה,

מאנטאג פבואר 08, 2010 9:37 pm

איינער האט אפשר א פורים שפיל פאר א "כהן גדול"

(יענעמס קאפ איז אלץ מער אינטרעסאנט ווי די אייגענע....)
שרייב א תגובה

Advertisement