גריסן און שמועסן
מאנטאג פבואר 09, 2009 4:11 pm
אזוי ווי ס'איז שוין געווארן א פורים'דיגע וועטער דא אין קרעטשמע, ווילעך ארויפברענגען א געדאנק וואס איז נישט קיין אייגענס, נאר כאבעס געהערט פון שאצי, אבער ס'איז געבליבן אז איך גיי עפענען דעם אשכול.
די געדאנק איז זייער א פשוטע, אזוי ווי מיר פארמאגן דא אזויפיל טאלאנטפולע שרייבער, און ספעציעל זעהט מען דא אפאר שרייבער וואס זענען מומחים אין גראמען, און אין פאומ'ס, סאו וואלט געווען זייער א גוטע איידיע אז מ'זאל עפענען א אשכול, און ווער ס'וויל זאל זאגן א פארשטעלעכטס אויף וואס ער זוכט א פורים שפיל, למשל, איינער זוכט א קורצע ניגון, וואס זיין פינעף יעריגע יונגל, וואס גייט זיך פארשטעלן ווי מרדכי הצדיק, (ע"פ הוראת יענטאאש, נישט זיך פארמישן מיט א רבי,) אדער זיין פיר יעריגע מיידעלע וואס גייצעך פארשטעלן ווי אסתר המלכה, (ע"פ הוראת הנ"ל, נישט פארמישן מיט א כלה) זאל קענען זינגען פאר די עלטער מומע ווען זי גייט טראגן משלוח מנות... און די וואס קענען, זאלן ענטפערן מיט א שיינעם פורים שפיל...
סאו לעטס גאו! שמערי, פארשלאפן, שאצי,... ווער נאך? אה,... הערשי קניהויז,.... עניבאדי עלס?... באקל אפ!
Advertisement
מאנטאג פבואר 09, 2009 4:35 pm
נאר וואס דו ביסט, דו אפגעפליקטער המן
איך וואלט דיר צוריסן אויף שטיקלעך אדער אין בעסטן פאל אוועקגעלייגט מיט מיין גאן
מיט וועמען מיינסטו האסטו זיך אנגעהויבן
ווייסטו דען נישט אז מיר אידעלעך וועלן זיך פאר דיר נישט ביקן, ווייל מיר טוען נאר אין באשעפער גלויבן
עשרת אלפים ככר האסטו געוואלט געבן פאר אחשורוש
ער זאל מסכים זיין צו מאכן נישט נאר א גירוש
נאר אינגאנצן להשמיד להרוג חלילה וחס
סיי גרויסע טאטעס וואס לערנען שוין ש"ס
און סיי קליינע אינגלעך פון קלאס
צו אלע האסטו געהאט די זעלבע שנאה און האס
מרדכי הצדיק האסטו געפלאנט אויף א בוים צו הענגען
און דערנאך חלילה אלע אידן אומברענגען
צום סוף אבער האסטו דיר אליין געגראבן דיין גרוב
און יעדער האט געזעהן אז דער באשעפער האט אונז ליב
מאנטאג פבואר 09, 2009 4:40 pm
גרונם, אייזן!
יעצט ווער איז נעקסט?
מאנטאג פבואר 09, 2009 4:53 pm
וויכי, א גוטע איידיע.
זייער שיין גרונם. דאס זינגט מען לכאורה אויף א הארציגן ניגון, ניין?
מאנטאג פבואר 09, 2009 5:13 pm
אחר הדברי האלה, אחר
איז געקומען א וויכטיג מאכער
און ארויס געקראכן פון זיין לעכל
בעטנדיג דעם עולם צו מאכן א פורים שפילעכל
אוי אוי אוי אוי פורים
עז איז געווען אזוי נייס, ווערי
האט זיך אנגערוקט שמערי
און א פורים שפיל טרייט ער אריין צו קניידלען
ס'זאל זיך שאקלען אלע וויידלען
אוי אוי אוי אוי פורים
אלע חברה, דא אינעם היכל
ווער עס האט נאר א טראפ שכל
געטס א ברייטן גראבן שמייכל
און פאטשט אייך ס'בייכל
אוי אוי אוי אוי פורים
שטופ אהער שטופ אהין
ווער עס האט אבער שכל ווי א דשעלי בין
זאל זיין פארכמורעט און באזעצט
אבער פון קרעטשמע פוץ ארויס יעצט!!!
אוי אוי אוי אוי פורים
זיי נישט קיין שוואנץ
כאפ לעבעדיג א טאנץ
און פריי דיך אז דו ביסט געבוירן געווארן
און יעצט קענסטו גיין שיילן קארן
אוי אוי אוי אוי פורים
מאנטאג פבואר 09, 2009 5:14 pm
שמערי, יו אר די מען! אבער אויף וועכע ניגון?
מאנטאג פבואר 09, 2009 5:16 pm
מאנטאג פבואר 09, 2009 5:17 pm
כא כא כא כא שמערי כא כא כא כא
ס'איז זייער שיין זייער פאני זייער לאכעדיג
אבער זאג נאר, מיט וועלכע ניגון דארף מען דאס זינגען?
א ווארעמע, שטייטע, דזשעסי, ראק'י, פאפי, וואלץ, 8 ביעט, שנעלע, קלאציגע??????
מאנטאג פבואר 09, 2009 5:27 pm
מאנטאג פבואר 09, 2009 6:48 pm
מיין פורים שפיץ זינגט מען מיט... אם... וועכע ניגון?
טריי, אויב א ניגון גייט דערויף ביטער מיר מודיע זיין.
מסתמא... א אפף טאן ניגון...
מאנטאג פבואר 09, 2009 6:50 pm
גרונם, דיין לינק איז זייער פאני...
מאנטאג פבואר 09, 2009 7:04 pm
טענק יו פאר די קאמפלימענט
מאנטאג פבואר 09, 2009 9:44 pm
וחמת המלך שככה,
אחשוורוש איז געווארען קא קא,
א סעודה געמאכט,
נישט גענימען אין באטראכט,
מרדכי לאזט נישט גיין,
נעבעך אידען פייפען אריין,
אינמיטען עסן די קניידעל,
פאר ושתי וואקסט א וויידל,
ער הייסט איר קומען,
א פייג טוט זי ברימען,
איר דערהארגעט צום טויט,
איז ער דאך שיכור ווי לוט,
אויסגעניכטערט די וויין,
זיך דערזעהן אליין,
גענימען אסתר שיינע שידוך,
פון הימל געפירט אידאך,
המן דער טראזשאק,
געווארען א קאזאק,
וויל ער זיין א געטשקע,
מרדכי מיטען שיך ווייזט עם א קלעטשקע,
בלאזט ער געפערליך,
מרדכי איז ערליך,
וויל ער ווערן פון אים פטור,
צאםגענימען זיינע קינדער מיט ויזתא דעם טאטער,
געבויט א תלי',
מיט אזא יגיאה,
אחשוורוש טראסקעט אראפ פון בעט,
המן שטייט שוין לעבן אים און רעדט,
נישט לאנג גענימען,
המן האט פון זיין טאכטער א שיך אין פנים באקימען,
חרבונה דער פיפיגע אינג,
אויפרעגן דעם קעניג קען ער גרינג,
און דער קעניג הייסט מען זאל המן הענגען,
אז מען זאל זיך קענען אינטער האלטען אין "היימישע פארברענגען"....
מאנטאג פבואר 09, 2009 10:27 pm
גרונם, שמערי, נחת, איינס בעסער פונעם צווייטען.
שרייטס אלע, "ווי וואנט מאר" "ווי וואנט מאר"אה פאר איך פארגעס וויכי
שכויח דיר (ס'גראמט עפעס נישט)
מאנטאג פבואר 09, 2009 11:30 pm
יישר כח פאר יעדן פון דא, אפשר מיט די צייט עמער זיך עפעס באשטייערן.
וויכי, שכוח פאר די איידיע, כ'האף ס'האטער נישט געקאסט אסאך יגיעה.
דינסטאג פבואר 10, 2009 2:56 pm
א סימכעס ףורימ
םייןע טייערע ףריינד
עלא שיקורעם
עס איס ףורעם האנט
דינסטאג פבואר 10, 2009 3:52 pm
ניגון: ליהודים היתה אורה! ליהודים היתה אורה! ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר! (ב"פ)
כן כן כן תהיה לנו! כן כן כן תהיה לנו! כן כן כן תהיה לנו אורה ושמחה וששון ויקר (ב"פ)
ליהודים היתה אורה
פונדאסניי מקבל געווען די תורה
ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר
נישטא מער קיין מודעה רבה
דאסמאל איז עס געווען מאהבה
ליהודים היתה אורה ושמחה זינגטס אלע שיין ווי א כּאר
כן כן כן תהיה לנו
טאנץ טאנץ ברוך אשר בחר בנו
זינגטס זינגטס אלע שיין ווי א כּאר
אורה ושמחה וששון ויקר
*
נישט לאנג צוריק געצינדן די מנורה
נתמלא הבית כולו אורה
געווען אזעלכע שיינע לעכטיגע געהויבענע טעג
דערנאך די הייליגע ווינטער נעכט
אזוי שיין און פיין אפגערעכט
מתקן געווען די מעשים במשך די שובבי"ם טעג
אצינד אצינד פורים פורים פורים לנו
ברוך ברוך שהחיינו וקימנו
לעבעדיג לעבעדיג זינגט אלע הויעך און שיין
נאר בשמחה תמיד שטענדיג זיין
*
פיל אן א גלעזל משקע
לאמיר טאנצן א קדאשקע
לכבוד פורים פרייליך זיין איז א גרויסער ענין
קרעפעלעך און האלאפצעס עסן
און אוודאי המן טאשן נישט פארגעסן
חייב איניש לבסומי ס'זאל זיך דרייען די גאנצע בנין
ארור המן אשר ביקש לאבדי
ברוך מרדכי ברוך מרדכי היהודי
יעצט אצינדער גיבזשע מיר ביטע א טשעקל
לייגטס עס ביטע אריין אין דעם זעקל
דינסטאג פבואר 10, 2009 5:09 pm
וויגי גרונם שמערי נחת
טענקס אלל אף יו
דינסטאג פבואר 10, 2009 5:18 pm
טענקס עווריבאדי, כ'זעה אז דער עולם האט די פאך אין קי-בארד, וועלעך אריינגיין אין די צווייטע פאזע פון דעם אשכול, אזוי ווי כ'האב געשריבן פון אנפאנג.
למשל, מיין פיר יעריגער גייצעך פארשטעלן פאר א טיגער, ער גייט טראגן משלוח מנות פאר די עלטער עלטער פעטער, און ער וויל האבן א פורים שפיל, וואס האט צו טוהן מיט א טיגער, ס'מוז נישט, אבער ס'מעג זיין לאנג.
ווי אויך, נישט לאזן מיך דא ווי א נער אויפן מארק, נאר יעדער איינער זאל פארטיסיפעטן, און פרעגן, אדער געבן איידיעס...
דינסטאג פבואר 10, 2009 10:38 pm
פאליס
(ניגון שלום שלום צווישן אידן)
פורים פורים, צווישן אידן
פורים פורים, און זיין צופרידן
פורים אין יעדן אידישן געצעלט
פורים פורים, אויף די גאנצע וועלט,
אהוי איך בין א פורים פאליס
א גאנצן טאג איך שטיי אויף מיין פיס
ווער ס'איז נישט שיכור א טיקעט שרייבן
קיינער זאל נישט ניכטער בלייבן
פורים פורים, צווישן אידן...
****
פייער לעשער
(ניגון אָ אָ אָ אָ אֵ אֵ אֵ אֵ וואס די ארץ ישראלדיגע זינגען בעת נצחון, עס הערט זיך ווי א אלארעם פון א פאליס אדער פייער לעשער)
אָ אָ, אָ אָ, אָ אָ, אָ אָ, אֵ יֵי יֵי י אֵ,
ס'ברענט ס'ברענט הערט זיך א געשריי,
א פייער א פייער מיט היץ,
מיט מיין וואסער, מיט מיין טראק, איך שפריץ.
****
פארמער
(ירושלים'ער רב'ס ניגון)
פורים פורים! אויף דער וועלט
מיר קומען גראד פון פעלד
דארטן געאקערט און געזייט
און קערלעך פארשפרייט (2 מאל)
אוי הוי אוי
אלע פרוכט פונעם בוים ווערט אראפ געטראסקעט
און אריין לייגן דא ביי אונז אין בעסקעט
און דערנאך פארקויפן מיר און געשעפט
אלע מיני גרינצייג ביי אונז מ'טרעפט
טייערע פריינד!
אויב ס'איז נישט שווערליך
לייגט אריין אפאר קערליך
איין דאלאר נעמט פון טיש
און זייט'ס מיר געזונט און פריש
****
דינסטאג פבואר 10, 2009 10:40 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווי אויך, נישט לאזן מיך דא ווי א נער אויפן מארק, נאר יעדער איינער זאל פארטיסיפעטן, און פרעגן, אדער געבן איידיעס...
איינר זאל זיך אנריפען ווייל ער וויל דאך נישט זיין א נער אויפען מארק...
גראדע איז נישט קיין שלעכטע איינפאל זיך צו פארשטעלן ווי א "נער אויפען מארק"...
איינר זאל אים נאר מאכען א "פורים שפיל"...
לאמיר זעהן אפשר קען איך דיר עפעס פארשאפען...
איך נער'עלע,
האלט א קארעלע,
יעדער קוקט,
עס פארט אזוי געשיקט,
שטיי איך דא אויפען מארק,
איך ציטער פון א שארק,
איך האב נישט וואס צו טאן,
וואס קוקט עטס מיר אזוי אן ?,
איך בין דא אזוי פארלוירען,
אזוי גיי איך שטארבען ווייל אזוי בין איך געבוירען,נו ? וואס זאגסטו צו דעם...?...
דינסטאג פבואר 10, 2009 10:42 pm
יעצט א גרויסן פורים שפיל פון ידידי מ.ד.
פורים שפיל אויפן ניגון פון ונהפוך הוא
סימנים
-- ערשטע פאל:
" צוויטע פאל:
^הויכע פאל:
--א גוטן פורים אלע אידן,
פון אלע קרייזן פארשידן,
חסידים ספרדים ליטוואקן,
מיט א גלעזל וויין באַזאָפן,
ווייל המן האט א מפלה געטראפן,
האבן מיר א יו"ט א געשמאקן,
"אשר ישלטו היהודים,
טאנצן מיר אלע רקודים,
און מיר טרינקען' א גרויסן לחיים,
המה בשונאיהם,
^אחשורוש דער בעל גאווה,
פאלט אים איין א תאווה,
צו מאכן א סעודה מיט גלאנץ,
יעדער זעהט ס'פעלט אים שרויפן,
ער נעמט זיך טרינקען און זויפן,
און פאר ושתי איז געוואקסן א שוואנץ,
"ושתי די פרוצה, באשטראפן מ'טוט-זי,
אלץ אייניקל פון נבוכדנצר,
אבער כשוך חמת,
דער מלך הייסט זיכן אין גאס,
א נייע קעניגן פון אלע פלעצער,
--- איש יהודי הי', דער גרויסע רועה,
מרדכי הצדיק דער לוחם מלחַמות,
הערט אויס בגתן ותרש, דעי שוטים וחרש,
זיי אויף געהאנגען הויעך 10 אמות,
"המן זאגט ישנו עם אחד,
א' פראבלעם ער האט,
די אידן האבן צו סאך וויקעשאן,
ער באקומט דעם זיגל,
הרגענען אידן ער איז מסוגל,
שרייבט בריוו'ן מיט א אינוויטעשאן,
^מרדכי הצדיק מיטן זאק,
שרייט אידן! חזק חזק,
לויפט'ס אין שול שרייען,
פאסטן' בעטן' ביים נח לרצות,
פסח נישט עסן קיין מצות,
די גזירה איבער צודרייען,
^אסתר רופן צו די סעודה המן,
ער מיינט ס'איז גרויס זיין נאמען,
ער טענה'ט וכל זה איננו שוה לי,
ווען איך זעה דעם מרדכַי,
איז מיר גארנישט כדאי,
זרש זאגט איך האב א עיצה דערצו,
"א תלי' פון פופציג איילן,
וועט דיין פראבלעם אויסהיילן,
א גאנצע נאכט געארבעט מיט ארבעט'ס הויזן,
ביינאכט אשחורוש קען נישט שלאפן,
מ'ליינט פאָר וועמען מ'דארף באצאלן און שטראפן,
שטייט אז מרדכי האט געראטעוועט דעם קעניג פון עסן פויזן,
---המן מיט זיין פלאן טוט זיך פרייען,
מיט זיינע פידשאמעס ער טוט זיך דרייען,
דער קעניג רופט אים אריין,
ער זאגט גלייך וואס ער קלערט,
ברענגען דעם קעניג'ס קרוין און פערד,
ארום פירן אין שטאט' איז זיין פלאן,
"דער קעניג זאגט אוודאי געוויס,
קח את הלבוש ואת הסוס,
ועשה כן למדרכי היהודי,
המן צושרויפט און צוקלאפט,
א מיאוס'ע מפלה אריין געכאפט,
מדה כנגד מדה,
^ככה יעשה שרייט ער קלאר,
אבער ס'גיסט אויף אים דער סוער,
מ'האט אים געוואלט צופיקענען,
חרבונה זעהט ער איז אזוי נאס,
מיט זיין ריח ניחוח מלא כעס,
הייסט ער מ'זאל אויף הענגען אויס טריקענען,
"מ'שרייבט נייע בריוו'ן,
אידן פרייען זיך פון הארצן טיפן,
די עשרת בני המן אויף געהאנגען בנשימה אחת,
א יו"ט פאר אידן,
טאנצן מיט רקודין,
פאר אלע אידן אידיש נחת,
(זינגען אלע ונהפוך ונהפוך הויכע פאל)
מיטוואך פבואר 11, 2009 9:46 am
הערליך שבהערליך.
מיטוואך פבואר 11, 2009 2:45 pm
כאגעוויסט! שאצי וועט באלד קומען ועט אלעס זיין אקעי....
שאצי, גרעיט! נחת, כאניש געוויסט אז דו ביסט אויך אין די ליין.... גיי ווייטער אן...
מ'בעט דעם עולם זאל ווייטער גיין! נו! געגאנען....
מיטוואך פבואר 11, 2009 3:10 pm
איינער האט א פורים שפיל פאר א קליין קינד פארשטעלט פאר א בין?