בלאט 1 פון 1

עד דלא ידע אשכול

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2009 4:09 pm
דורך גרונם
היות עס איז שוין שלשים יום קודם החג, און חסידים ואנשי מעשה פירן זיך אנצוהייבן די מצוה פון שתיית יין שוין אזוי פרי ווי חמשה עשר ביי די פירות טיש, אשר על כן אויב זענט איר יעצט אין אזא שיכור'ע מינוט, איז דער אשכול געמאכט פאר אייך.

תקנת האשכול:
א) נישט שרייבן דא פארן טרינקען 4 רביעית וויין מינומים 12% אלקאהל, אדער 3 פילע בראנפען גלעזלעך ניין און ניינציגער.
ב) שרייבן אזוינע תגובות אז דער ליינער זאל ליגן אויף דער ערד בפישוט ידים ורגלים מרוב געלעכטער
ג) די אלע תקנות פון א גאנץ יאר, דהיינו נישט שרייבן ניבול פה ולשה"ר וכו' וכו' גייט יעצט אויך אן.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2009 4:22 pm
דורך איזאק
אריין אין פארברענגן.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2009 10:15 pm
דורך אלחנן
וועליך מיזן אריינקימען דא פורים... איך האף איך וועל געדענקן מיין פעסווארד.... אדער בעסער געזאגט מיין ניק........

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2009 10:56 pm
דורך וויכטיג מאכער
איזאק האט געשריבן:אריין אין פארברענגן.


איזאק, א גאנץ יאר באלאנגט אזא אשכול אין פארברענגען, נישט ווען מ'איז שיכור.

גרונם, וואס איז דאס "פיר רביעית"? שרייב אז נאר ווער ס'האט געטרינקען א גאנצע? נישט אזוי? פיר פערטלעך = איין גאנצע....

איך האב געשריבן מיין תגובה נאכן טרינקען מער ווי א גאנצע....

וועגן דיין תקנות רוב געלעכטער, ווייסעך נישט וואס צו טוהן, איך וואלט טאקע נישט געמעגט שרייבן דא, אבער וואס זאלעך טוהן? איך האב געמוזט קריטיקירן...

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 10:18 am
דורך ישלהוסיף
שפעטער עלעך אראפ גיין די שטויגען פון קאנג. חברה שומרי שבת אויפן ווינקעל פין דרייצען עוו. אין דריי און פיפציג, דארט האבען זיי א אויסווייל פון צענדליגער ערליי וויינען אלע במקורם 'פרי העץ', נאך טועם זיין בקפידא גדולה פין יעדער פלאש באזונדער, עלעך דא צוריק קומען, לפי תקנות האשכול.