גריסן און שמועסן
דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 9:18 am
איי טאלד יו איטס עי לאנג סטארי.
Advertisement
דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 10:33 am
סיז נישט אזוי לאנג, באלד נאך די דרשה האט זיך גרויזמער צוזונגען, איבער די וואלן, -נאר אויף וואס דען?- האמיר איך מיט יאנאש פרובירט איהם ארויסצוטראגן, סיז געווארן אזא בהלה, אז דער דאיען איז פלעין אריינגעפלויגן מיט די גאנצע דרשה אין שטים בודקע, איהם ארויסצונעמן פון דארט איז נישט מעגליך געווען נאר מיט קרעטשמער, מילא איז עס על שמו.
דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 10:59 am
איך האב היינט געזען די בחור אין מקוה ער האט געוואלט צינעמען מיין זייף
דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 11:14 am
סאכדעס פינף פון דיעזע
און צען פון דעי
דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 4:32 pm
איך פארשטיי נישט דעם קעפל פון דעם געהענגל דא. וואס הייסט וואו איז דער חסידי'שער בחור? אין שויער!
דאנערשטאג נובמבר 16, 2006 9:54 pm
סאכדעס האט געשריבן:סיז נישט אזוי לאנג, באלד נאך די דרשה האט זיך גרויזמער צוזונגען, איבער די וואלן, -נאר אויף וואס דען?- האמיר איך מיט יאנאש פרובירט איהם ארויסצוטראגן, סיז געווארן אזא בהלה, אז דער דאיען איז פלעין אריינגעפלויגן מיט די גאנצע דרשה אין שטים בודקע, איהם ארויסצונעמן פון דארט איז נישט מעגליך געווען נאר מיט קרעטשמער, מילא איז עס על שמו.
ס'איז גאנץ א גוטע תירוץ זיך ארויס צודרייען פון די באשולדיגונג וואס איך האב ארויס געברענגט אויף דיר
דא, אבער דער עולם נעמט עס נישט אויף אזוי, מ'האלט ענדערש אז דו האסט פארנאכלעסיגט דיין ארבעט, און מ'האט טענות אויף דיר אז דו האסט אזא זאך צוגעלאזט אז דער דיין זאל זיך ארום דרייען מיט בזיונות אהין און צוריק, ביז קרעטשמער האט אים ארויס געהאלפן, נעם זיך ענדערש אונטער, אז פון היינט און ווייטער וועסטו בעסער אכטונג געבן, ווי איידער ארויס צו בורטשענען עפעס א תירוץ פון אונטער די וואנצעס.
מאנטאג נובמבר 20, 2006 1:07 pm
איך האב היינט פארטאגס געזעהן א חסידישער בחור זיך אנטון די לענסעס נאך די מקוה
מאנטאג נובמבר 20, 2006 1:21 pm
סא זיי מוחה
מאנטאג נובמבר 20, 2006 1:44 pm
פארוואס זאל איך מוחה זיין? איך מיין ארויסצוברענגן זיין גוטס
אז אנשטאט אויסצוטון זיין גלעזער ווען ער קומט אן אין מקוה טוט ער אויס זיין לענסעס אדער טוט ער עס ניטאמאל אן פאר די מקוה און הערשט נאך די מקוה טוט ער עס אן
מאנטאג נובמבר 20, 2006 2:31 pm
איך האב היינט געזען דעם בחור אויסטון זיין הוט פאר ער גייט אין מקוה
איך פארשטיי נישט וואס דו ניק ווילסט ארויסברענגן דערמיט
מאנטאג נובמבר 20, 2006 2:36 pm
לכבוד ר' סאכדעס שעליטע - סאפרע דעדיינע של התאח"ר
דו מי עי פעיווער, זיי מוחל, זיי'זשע אזוי גוט, און גיב איבער פאר די 'התאחדות', אז זייער פריש ערשינענע קאטל-קוירע, איבער די נארוואס נייע ענדעקטע זייף-פערצע, האבן זיי געהאנגען אין א ראנג עריע.
דער קול קורא קערט זיך כלל נישט אן צו אונז אין די קרעטשמע, און די ווייגעשרייען וועלן כלל נישט אנקומען פון די קרעטשמע צום ריכטיגן אדרעס. ראשית, מיר פארמאגן נאך דערווייל נישט דא קיין מקוה, (כאטש מען האט אונז מבטיח געווען, איידער מיר האבן זיך אהער געצויגן, אז מען גייט דא אהערשטעלן אזאנס און אזעלעכס). שנית, דרייען זיך נישט די אנדער-עידזש זייפערס ביי אונז אין די קרעטשמע. דע התאחדות האט געוואלט ארויס געבן איר וויטאג, כל הכבוד!, אבער אונזער קרעטשמע איז נישט דאס פלאץ דערפאר. קיין נערע לדעתי.
מאנטאג נובמבר 20, 2006 5:55 pm
הינדעל
קודם כל אביסל דרך ארץ פאר אינזער סאפרע דעדיינע והשנית אינץ האמיר יא א מקוה
מאנטאג נובמבר 20, 2006 5:57 pm
הינדעל
איך האף אז די ביסט געגאנגען זיכן די מקוה
מאנטאג נובמבר 20, 2006 6:15 pm
איך האב געפרעגט אויף דו "ניק
קוק גוט, פאר דו שרייסט
דינסטאג נובמבר 28, 2006 12:13 pm
איינער ווייסט אויב התאחדות האט עפעס אויפגעטיען מיטן בחורל
דינסטאג נובמבר 28, 2006 12:45 pm
דערווייל זעהט אויס אז דער בחור האט אויפגעטוהן מיט אים.
דאנערשטאג נובמבר 30, 2006 5:57 pm
פין ווי ווייסטו די קענסט די בחור
דאנערשטאג נובמבר 30, 2006 9:02 pm
ניין, אבער דער סאכדעס איז נישט צום האבן.
דינסטאג פבואר 12, 2008 12:20 am
התאחדות דע בעסט
נו למעשה ווי זענען זיי טאקע ?