געוואלד!! וואו איז דער חסידי'שער בחור???
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
סיז נישט אזוי לאנג, באלד נאך די דרשה האט זיך גרויזמער צוזונגען, איבער די וואלן, -נאר אויף וואס דען?- האמיר איך מיט יאנאש פרובירט איהם ארויסצוטראגן, סיז געווארן אזא בהלה, אז דער דאיען איז פלעין אריינגעפלויגן מיט די גאנצע דרשה אין שטים בודקע, איהם ארויסצונעמן פון דארט איז נישט מעגליך געווען נאר מיט קרעטשמער, מילא איז עס על שמו.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
סאכדעס האט געשריבן:סיז נישט אזוי לאנג, באלד נאך די דרשה האט זיך גרויזמער צוזונגען, איבער די וואלן, -נאר אויף וואס דען?- האמיר איך מיט יאנאש פרובירט איהם ארויסצוטראגן, סיז געווארן אזא בהלה, אז דער דאיען איז פלעין אריינגעפלויגן מיט די גאנצע דרשה אין שטים בודקע, איהם ארויסצונעמן פון דארט איז נישט מעגליך געווען נאר מיט קרעטשמער, מילא איז עס על שמו.
ס'איז גאנץ א גוטע תירוץ זיך ארויס צודרייען פון די באשולדיגונג וואס איך האב ארויס געברענגט אויף דיר דא, אבער דער עולם נעמט עס נישט אויף אזוי, מ'האלט ענדערש אז דו האסט פארנאכלעסיגט דיין ארבעט, און מ'האט טענות אויף דיר אז דו האסט אזא זאך צוגעלאזט אז דער דיין זאל זיך ארום דרייען מיט בזיונות אהין און צוריק, ביז קרעטשמער האט אים ארויס געהאלפן, נעם זיך ענדערש אונטער, אז פון היינט און ווייטער וועסטו בעסער אכטונג געבן, ווי איידער ארויס צו בורטשענען עפעס א תירוץ פון אונטער די וואנצעס.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
לכבוד ר' סאכדעס שעליטע - סאפרע דעדיינע של התאח"ר
דו מי עי פעיווער, זיי מוחל, זיי'זשע אזוי גוט, און גיב איבער פאר די 'התאחדות', אז זייער פריש ערשינענע קאטל-קוירע, איבער די נארוואס נייע ענדעקטע זייף-פערצע, האבן זיי געהאנגען אין א ראנג עריע.
דער קול קורא קערט זיך כלל נישט אן צו אונז אין די קרעטשמע, און די ווייגעשרייען וועלן כלל נישט אנקומען פון די קרעטשמע צום ריכטיגן אדרעס. ראשית, מיר פארמאגן נאך דערווייל נישט דא קיין מקוה, (כאטש מען האט אונז מבטיח געווען, איידער מיר האבן זיך אהער געצויגן, אז מען גייט דא אהערשטעלן אזאנס און אזעלעכס). שנית, דרייען זיך נישט די אנדער-עידזש זייפערס ביי אונז אין די קרעטשמע. דע התאחדות האט געוואלט ארויס געבן איר וויטאג, כל הכבוד!, אבער אונזער קרעטשמע איז נישט דאס פלאץ דערפאר. קיין נערע לדעתי.

- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
- אידיש גערעדט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 444
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm
- קליינטשיגער
- שר חמש מאות
- תגובות: 755
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm